בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לעב א שפארזאם לעבן, אפילו דו האסט פרנסה בשפע
צדקה, שטעטל, אידיש געלט, שמחות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לעב א שפארזאם לעבן, און אז דער אייבערשטער האט דיך געבענטשט מיט פרנסה בשפע - זאלסטו אויך נישט לעבן א הפקר לעבן, טו גוטע זאכן מיט דיין געלט; דרוק דעם רבינ'ס ספרים, און בוי מוסדות, מאך נישט נארישקייטן מיט דיין געלט, אינוועסטיר דיין געלט אין אייביגע סטאקס. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בבא בתרא יא.) ווען מונבז המלך האט אויסגעטיילט זיין גאנצע פארמעגן פאר ארעמעלייט אין א הונגער יאר, האט מען אים געפרעגט: דיינע עלטערן האבן אוועק געלייגט זייער געלט און דו טיילסט אויס דיין גאנצע געלט? האט מונבז המלך זיי געענטפערט: "אֲבוֹתַי גָּנְזוּ לְמַטָּה", מיינע עלטערן האבן דאס באהאלטן אויף די וועלט, "וַאֲנִי גָּנַזְתִּי לְמַעְלָה", און איך באהאלט מיין געלט פאר יענע וועלט, "אֲבוֹתַי גָּנְזוּ בְמָקוֹם שֶׁהַיָּד שׁוֹלֶטֶת בּוֹ", מיינע עלטערן האבן באהאלטן זייער געלט - אבער מענטשן קענען דאס גנב'ענען, "וַאֲנִי גָּנַזְתִּי בְמָקוֹם שֶׁאֵין הַיָּד שׁוֹלֶטֶת בּוֹ", איך באהאלט מיין געלט אין א פלאץ וואו קיינער קען דאס נישט גנב'ענען, "אֲבוֹתַי גָּנְזוּ דָּבָר שֶׁאֵין עוֹשֶׂה פֵּירוֹת", מיינע עלטערן האבן באהאלטן זייער געלט אין א פלאץ וואו עס פארמערט זיך נישט, "וַאֲנִי גָּנַזְתִּי דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה פֵּירוֹת", אבער איך באהאלט מיין געלט אין א פלאץ וואו עס האלט אין איין ווערן מער און מער; ווייל מיט דעם וואס מען העלפט א צווייטן איד, מען טוט חסד מיט א צווייטן איד - באקומט מען זכותים פאר אלע תורה ומצוות פון יענעם איד. "אֲבוֹתַי גָּנְזוּ מָמוֹן", מיינע עלטערן האבן באהאלטן געלט, "וַאֲנִי גָּנַזְתִּי אוֹצְרוֹת נְפָשׁוֹת", און איך באהאלט נפשות; מיטן העלפן ארעמעלייט בלייבן זיי לעבן, אזוי האב איך אוועק געלייגט נפשות, "אֲבוֹתַי גָּנְזוּ לַאֲחֵרִים", מיינע עלטערן האבן אוועק געלייגט זייער געלט פאר אנדערע, נישט פאר זיך, ווייל ווען מען גייט אוועק פון די וועלט האט מען מער גארנישט פון די געלט, "וַאֲנִי גָּנַזְתִּי לְעַצְמִי", אבער דורך צדקה האב איך זיך אוועק געלייגט פאר מיר שכר, "אֲבוֹתַי גָּנְזוּ לָעוֹלָם הַזֶּה וַאֲנִי גָּנַזְתִּי לָעוֹלָם הַבָּא, שֶׁנֶּאֱמַר (ישעיה נח, ח) 'וְהָלַךְ לְפָנֶיךָ צִדְקֶךָ, כְּבוֹד ה' יַאַסְפֶךָ'".


מאך נישט קיין טייערע שמחות, מאך זיך נישט נאריש, איך וועל נישט לאזן ביי אונז אין די קהילה מענטשן וואס וועלן מאכן טייערע שמחות פאר נארישע כבוד המדומה. דעם פארגאנגענעם זומער האט איינער זיך נאריש געמאכט אין שטעטל מיט א טייערע וואך נאכט, פאר אפאר שעה האט ער אויסגעגעבן געלט פאר נארישע כבוד, עס האט מיר זייער וויי געטון אז עס זאל פאסירן ביי אונז אזא זאך, עס איז א חוצפה צו קומען אין א פלאץ וואס מען שטעלט אוועק א וועג צו לעבן - צו קומען צעברעכן די פלאץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.