בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לעבן מיטן אייבערשטען
תפילות אויף אידיש, שמחה, חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, נעגל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויחי, ט"ז טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אויף אייער פראגע, ביי די שיעורים זאגט מען 'מען קען זיין קיל (טשילד אוט) מיטן אייבערשטן', און פון די אנדערע זייט זאגט מען אז דאס טאר מען נישט, יענץ טאר מען נישט; אויב שמירן די נעגל איז נישט גוט, א לאנגע צעלאזטע שייטל איז נישט גוט און א סמארטפאון איז נישט גוט – איז ווי קען מען זאגן אז מען קען זיין קיל (טשילד אוט) מיטן אייבערשטן?


דער ענטפער איז, ביידע זענען ריכטיג, ביידע לימודים זענען לימודים פונעם צדיק; פון איין זייט לערנט אונז דער צדיק מען זאל זיין איידל, מען זאל נישט שמירן די נעגל און זיך אפשערן די האר, דער צדיק בעט זיך, ווייל נאר איר וועט פון דעם פארדינען, דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה.): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב, 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס; און פארשטייט זיך מידה טובה מרובה, בזכות זיך אפשערן וועט די פרוי האבן אלע ברכות און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער; דער צדיק וויינט, 'טייערע אידישע טעכטער, מען קען זיך איינשפארן אלע צרות, מען קען ברענגען משיח', און פון די אנדערע זייט, אז איר זענט נאך ווייט פון די זאכן, אייער מח דארף נאך די זאכן, אייער מח קען נישט פארנעמען זיך אפשערן, זיך נישט שמירן וכו' וכו', זאלט איר אבער לעבן מיטן אייבערשטן, איר זאלט בעטן אויף דעם, איר זאלט וועלן און בענקען צו זיין איידל. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "איך זאג אנדערש פון די וועלט, די וועלט זאגט 'אז דו ביסט אראפגעפאלן, דו עסט חזיר רחמנא לצלן – זאל עס שוין רינען אויפן בארד', איך זאג אנדערש, איך זאג 'אז דו ביסט אראפגעפאלן – זאל עס כאטשיג נישט רינען אויפן בארד'"; שרייט צום אייבערשטן, בעטס דעם אייבערשטן.


וואויל איז דעם וואס לעבט מיטן באשעפער, יעדע זאך בעט ער פונעם אייבערשטן, יעדע זאך טראכט ער 'וואס איז די ווילן פונעם אייבערשטן?' מען מעג פארברענגען, עסן, שמועסן, אבער אין די זעלבע צייט געבט מען זיך אכטונג צו רעדן איידל, און מען עסט נאר מיט א הכשר, און מען האלט די שטוב ריין, אפגעהיטן פון עבירות; פון איין זייט איז מען קיל – אבער מיט די תורה.


בעטס דעם אייבערשטן אויף די זאך, דאס מערסטע אויף שמחה, בעטס אים די תפילה: "הייליגער באשעפער העלף מיר זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה, נישט האבן קיין תרעומות אויפן אייבערשטן, נישט פרעגן קיין קשיות, נאר גלייבן אז דומם, צומח, חי און מדבר, הכל לכל איז עצם עצמיות חיות אלקותו יתברך, אלעס איז דער אייבערשטער.


הייליגער באשעפער, געב מיר כח, געב מיר מח, געב מיר אמת'ע שמחה מיט א שטארקע אמונה, איך זאל נישט קוקן אויף קיינעם, איך זאל קיינעם נישט מקנא זיין, איך זאל ליב האבן מיין מאן מיט מיינע קינדער, איך זאל ליב האבן יעדע פינטל פון אידישקייט, בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן".