בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א לעבעדיגע לעבן
תודה והודאה, התחדשות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א פרישע סדרה, פרשת חיי שרה, שרה האט געלעבט; צדיקים לעבן, און אלע וואס זענען צוגעקלעבט צו זיי לעבן א לעבן. אז מען רעדט צום אייבערשטן יעדן טאג, מען דאנקט אים און מען בעט אים אויף אלעס וואס מען דארף - דאס איז לעבן, "לֹא הַמֵּתִים יְהַלְלוּ קָהּ", דער וואס דאנקט נישט דעם אייבערשטן איז א טויטער, "וַאֲנַחְנוּ נְבָרֵךְ קָהּ", מיר וועלן דאנקען דעם אייבערשטן, אנהויבן לעבן א לעבן וואס די הייליגע צדיקים געבן אונז, צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


לערן יעדן טאג אביסל פון הייליגן רבינ'ס ספרים, אפילו נאר אפאר מינוט - וועסט ווערן א נייער מענטש. דו קענסט דאך די מעשה מיטן בענקל, א איד האט אמאל געברענגט א בענקל פארן רבי'ן פאר א מתנה, האט אים דער רבי געפרעגט: "וויפיל צייט האט דיר גענומען צו מאכן דעם בענקל?" האט ער געענטפערט: "א האלבע יאר", האט אים דער רבי געפרעגט: "דו האסט געארבעט א גאנצן טאג במשך א האלבע דאס צו מאכן?" האט ער געענטפערט: "ניין, יעדן טאג א שעה צייט האב איך געבויט דעם בענקל", האט זיך דער רבי אנגערופן: "אזוי! דו האסט מיר אינזין געהאט א האלב יאר אלע טאג א שעה..." דער רבי האט מער הנאה געהאט פון דעם פרט אז דער איד האט געטראכט פון אים - מער ווי ער האט הנאה געהאט פונעם בענקל אליין; דאס אליין אז מען טראכט פון א צדיק - ברענגט פארן מענטש אלע ישועות.


באניי זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, בעיקר אין לימוד משניות און גמרא. מיר האבן אינעם היינטיגן דף (בבא בתרא, דף קמה), די גמרא זאגט אויפן פסוק (משלי טו, טו): "כָּל יְמֵי עָנִי רָעִים", אלע טעג פונעם ארעמאן זענען שלעכט, "וְטוֹב לֵב" און דער וואס האט א גוטע הארץ - "מִשְׁתֶּה תָמִיד", ער שפירט זיין גאנץ לעבן ווי ער זיצט ביי א מסיבה וואו מען טרינקט, ער איז אלץ פרייליך, די גמרא זאגט צוויי שיטות ווער עס איז ביי די בחינה פון 'וטוב לב משתה תמיד', איין שיטה איז דער וואס לערנט משניות, משניות איז א גרינגע לימוד, דער וואס לערנט משניות איז שטענדיג פרייליך, נאך א שיטה זאגט די גמרא, דאס איז דער וואס לערנט גמרא, דער איז אלץ פרייליך, ווייל גמרא מאכט פרייליך; מיר נעמען אן ביידע שיטות, נאר אזוי איז מען פרייליך.


די ישיבה גייט אן אזוי ווי די ערשטע יאר און נאך שענער, איך זיץ מיט די בחורים מהבוקר עד הערב, מען לערנט פלייסיג, מען רעדט נאר דעם רבינ'ס דיבורים, איך פרוביר צו טון וואס דער בערגער'ס זון האט געטון (סיפורי מעשיות, מעשה י), אפילו מען האט אזויפיל מאל שוין פארווארפן צוויי הונדערט מייל נאכן דערציילן דעם סוד ווי אזוי מען קען באקומען די בת קיסר, און נאכן ווערן - פון די אלע וועם מען האט געהאלפן - פארווארפן צוויי הונדערט מייל - איז ער געגאנגען פון פריש און דערציילט פאר פרישע תלמידים נאך מער עצות און נאך מער וועגן ווי אזוי מען קען זוכה זיין באקומען די בת קיסר, וד"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.