בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לערן אויס דאס קינד מוחל צו זיין
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, טשעפען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע מצורע, ב' אייר, י"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו האסט געהערט ווי א קינד זידלט אפ דיין קינד מיט מיאוסע ווערטער וכו' - זאלסטו זיך איינהאלטן, חס ושלום נישט שלאגן, חס ושלום נישט אריינגיין אין א כעס; געב דאס איבער פארן מנהל און ער וועט מיט סבלנות מחנך זיין און אויסלערנען די קינדער נישט וויי צו טון אנדערע.


דיין קינד זאלסטו מחנך זיין ריכטיג, אים אויסלערנען די זאך פון מוחל זיין, די אידישע מדה פון פארגעבן. לערן אים אויס צו זאגן: "הרינו מוחל לכל מי שהכעיס והקניט", איך בין מוחל פאר אלעמען וואס האבן מיך אויפגערעגט און וויי געטון; דער לעבן איז גרינגער ווען מען קען פארגעבן און מוחל זיין.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט מיט זיין א מלמד, און בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך בעט דיר זייער, איך וויל נישט זיין אלט, איך וויל נישט זיין אן אלטער מקורב, איך וויל שפירן א פרישקייט אין מיין התקרבות צום רבי'ן, איך וויל שפירן פריש ווען איך לערן מיינע שיעורים אין די תורה און אין דעם רבינ'ס ספרים, הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל קיינמאל נישט אפלאזן דעם צדיק, איך זאל קיינמאל נישט אוועק גיין פונעם נחל נובע, די קוואל וואס קוועלט לעבן, העלף מיר עס זאל מיר גארנישט שטערן, איך זאל נישט האבן קיין קשיות און קיין חלישות הדעת".


ברודער טייערער, מען דארף אויף דעם זייער בעטן ווייל דער סמ"ך מ"ם האט אזוי פיינט דעם רבי'ן, מיט ציין און נעגל קעמפט ער אויף יעדן מקורב, ער שטייט און זוכט ווי אזוי אוועק צו שלעפן דעם מענטש פון רבי'ן, אזוי האט ער אים גע'הרג'עט לנצח נצחים; נאר תפילה העלפט אויף דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.