בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לערן עצתו אמונה, וועסטו וויסן פונקטליך וואס צו טון
מוסדות, עצתו אמונה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


ערשטנס א גרויסן דאנק פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר אין די מוסד און אין די קהילה, מיט דיין גאנצע הארץ, מיט אלע כוחות; דער אייבערשטער זאל דיר געבן נחת ביי דיינע קינדער, ערליכע הייליגע דורות.


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט יעדע וואך לערנען די וועכנטליכע קונטרס "עצתו אמונה", דארט שטייט אלעס וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, סיי וואס איז נוגע פאר יעדן יחיד און סיי פאר די קהילה. איך קום נישט אן צו רעדן מיט דיר טאג טעגליך, איך האב אזויפיל זאכן דיר צו זאגן; וועסטו אלעס זען אין די בריוו.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין די ערשטע בענדער עצתו אמונה כסדרן, וועסטו וויסן פינקטליך ווי מיר צו העלפן מיט די מוסד און קהילה.