בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לערנען און חזר'ן די הלכות פון א אידישע לעבן
שמחה, אידישע שטוב, הלכה

בעזרת ה' יתברך - מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ...


זע צו לערנען און חזר'ן די הלכות פון א אידישע לעבן, און זאלסט זייער אכטונג געבן צו היטן די הלכות פון הרחקות וכו'; נאר אז מען היט די הלכות – האט מען געזונטע ערליכע דורות.


מוהרא"ש זאגט, יונגע קאפלס דארפן גיין צו שיעורים, דער מאן צו א מענער שיעור און די ווייב צו פרויען שיעורים, וואו מען לערנט אויס די הלכות צו זיין קלאר מיט די 'לוח', מיט די טעג 'יום החודש', 'יום הפלגה', 'עונה בינונית'. אויך מוז מען גיין צום דיין פרעגן יעדע קליינע פראגע.


אויך זאלסטו זען אין שטוב זאל זיין שמחה, ווייל נאר מיט שמחה האט מען שטארקע געזונטע נערווען, און מען קען פארנעמען די איבערגייאכטס.


פון דיין ראש ישיבה.