בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לערנען קבלה קען זיין סם המות
כיבוד אב ואם, תהלים, וויכוחים, קבלה, טאטע

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאלסט זיך ווייטער פירן מיט גרויס כבוד צו דיין טאטע, זאלסט נישט טענה'ן מיט אים, זאלסט נישט גיין אין קיין ויכוחים מיט אים, און אפילו ער זאגט דיר אז ער האט הנאה פון גיין אין ויכוחים, ער וויל דו זאלסט זיך דינגען מיט אים - זאלסטו זיך חס ושלום מתוכח זיין, ווייל עס איז א קלארע הלכה (יורה דעה סימן רמ, סעיף ב): "ולא סותר את דבריו", מען טאר נישט זאגן אנדערש ווי טאטע מאמע, און אויך נישט זאגן: "נראין דברי אבא", דער טאטע איז גערעכט; זאלסט זיך נישט טענה'ן, נאר אויסהערן מיט דרך ארץ.


ובנוגע וואס דו פרעגסט וואס צו טון ווען דיין טאטע וויל מיט דיר לערנען קבלה, ער וויל רעדן מיט דיר קבלה; זאלסטו זיך מיט חכמה ארויסדרייען. פון איין זייט זאלסטו געדענקען אז א טאטע דארף מען מכבד זיין און חס ושלום זיך אויפפירן מיט חוצפה, אבער פון די אנדערע זייט זאלסטו וויסן אז דאס איז סכנת נפשות, מען קען חס ושלום פארקריכן אין נישט גוטע זאכן.


איך ציטער פאר דיר אויב דו וועסט אנהייבן אויסהערן דיין טאטע ווען ער רעדט צו דיר פון קבלה, וואס דא וועט פאסירן; וויסן זאלסטו, קבלה איז נישט א זאך מיט וואס מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן, מען דארף ערשט אסאך לערנען גמרא רש"י תוספות און אסאך לערנען הלכה און פוסקים, און שפעטער אז מען איז זוכה, מען פירט זיך בקדושה ובטהרה - קען מען עוסק זיין אין סתרי תורה, אויך נאר שטילערהייט מיט גרויס יראה (שלחן ערוך יורה דעה סימן רמו סעיף ד, ברמ"א; ש"ך שם, סעיף קטן ו). אויך ביסטו נאך א בחור, מען דארף ערשט חתונה האבן צו זיין אפגעהיטן, ווייל קבלה איז א סם וואס אויב מען איז ראוי פאר דעם איז דאס א סם החיים, און אויב מען איז נישט ריין - איז דאס א סם המוות; מען קען פאלן, מען קען פארלירן די הייליגע אמונה השם ישמרינו.


שטארק זיך אין לערנען גמרא און משניות, די צוויי לימודים זאלסטו אסאך לערנען, אויך זאלסטו זאגן תהלים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו', ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהלים; דורכדעם וועסטו ווערן אן ערליכער איד און זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך, און צו דינען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.