בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6 - גיי נישט אריין ביי מענטשן אין שטוב
קדושה, סכנה, שמירה, געב אכטונג, טאטע

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין זייער דערשראקן פון די בריוו וואס דו האסט מיר געשיקט פון דיין טאטע'ס אימעיל, אז דו ביסט ארויף אין שטוב צו א היימישע אינגערמאן, ער האט דיר געזאגט אז ער האט פאר דיר אנגעגרייט צוויי קאסעטעס, און ווען דו ביסט געווען ביי אים אין שטוב, האט ער דיך מטמא געווען רחמנא ליצלן.


זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט דאס דערציילט גלייך דיין טאטן, און זאג דיין טאטע אז ער זאל שוין גיין צו די פאליציי, אז מען זאל יענעם לייגן אין תפיסה.


מער זאלסטו נישט אריינגיין ביי מענטשן אין שטוב, געב זיך אכטונג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - אזעלכע לשון הרע אויפ'ן הייליגן רבי'ן
מחלוקת, שלום, לשון הרע, ברסלב, טאטע

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב אזא צער פון דעם וואס דיין טאטע וויל נישט רעדן מיט מיר; זייט ער האט געהערט לשון הרע פון די משפחה זיינע שכנים, וואס דער בחור איז געקומען ביי אונז אין ישיבה לערנען, און מען האט אים א חתן געמאכט, ער האט חתונה געהאט און ער פירט א שיינע שטוב, בשעת די אנדערע געשוויסטער דארפן רחמי שמים, דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער.


וואס זאל מען טון אז עס איז דא אזעלכע לשון הרע אויפן הייליגן רבי'ן און אויפן הייליגן רבינ'ס תלמידים, וואס קען מען טון...? יעצט איז געקומען דא א בחור אין ישיבה לערנען פון מאנסי, דער טאטע האט אים געגעבן שטארקע קלעפ, און דער טאטע האט אים געזאגט: "ענדערש זאלסטו בלייבן אין גאס ווי איידער גיין קיין ברסלב", און דער בחור איז אויף דער גאס, און דער אייבערשטער זאל אים היטן אז ער זאל זיך קענען דערהאלטן און בלייבן ערליך און אידיש.


וואס קען מען טון אז מען רעדט אזעלכע לשון הרע, און די הייליגע חכמים זאגן (מובא באלשיך קהלת ז, כא) אז לשון הרע ווערט אנגענומען; פאר דעם דארף מען בעטן דעם אייבערשטן אז עס זאל אראפגיין די העלמות און די הסתרות וואס איז דא אויפן הייליגן רבי'ן און אויפן רבינ'ס לייט; דער רבי האט דאך שוין געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב) אז בעצם אויף מיר קריגט קיינער נישט, נאר מען האט זיך אויסגעשניצט א מענטש, מען רעדט אויף דעם מענטש אלע שלעכטע זאכן, זאגט דער רבי, אויף דעם מענטש קריג איך אויך.


איך האב באמת א צער אז דיין טאטע וויל נישט רעדן מיט מיר, ווייל איידער דיין טאטע האט געהערט די לשון הרע'ס האבן מיר אזוי ברודער'ליך געשמועסט און מיט אזא ליבשאפט פארברענגט; וואס זאל מען טון, איך האף צום אייבערשטן אז עס וועט צוריק ווערן שלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - לערנען קבלה קען זיין סם המות
כיבוד אב ואם, תהלים, וויכוחים, קבלה, טאטע

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאלסט זיך ווייטער פירן מיט גרויס כבוד צו דיין טאטע, זאלסט נישט טענה'ן מיט אים, זאלסט נישט גיין אין קיין ויכוחים מיט אים, און אפילו ער זאגט דיר אז ער האט הנאה פון גיין אין ויכוחים, ער וויל דו זאלסט זיך דינגען מיט אים - זאלסטו זיך חס ושלום מתוכח זיין, ווייל עס איז א קלארע הלכה (יורה דעה סימן רמ, סעיף ב): "ולא סותר את דבריו", מען טאר נישט זאגן אנדערש ווי טאטע מאמע, און אויך נישט זאגן: "נראין דברי אבא", דער טאטע איז גערעכט; זאלסט זיך נישט טענה'ן, נאר אויסהערן מיט דרך ארץ.


ובנוגע וואס דו פרעגסט וואס צו טון ווען דיין טאטע וויל מיט דיר לערנען קבלה, ער וויל רעדן מיט דיר קבלה; זאלסטו זיך מיט חכמה ארויסדרייען. פון איין זייט זאלסטו געדענקען אז א טאטע דארף מען מכבד זיין און חס ושלום זיך אויפפירן מיט חוצפה, אבער פון די אנדערע זייט זאלסטו וויסן אז דאס איז סכנת נפשות, מען קען חס ושלום פארקריכן אין נישט גוטע זאכן.


איך ציטער פאר דיר אויב דו וועסט אנהייבן אויסהערן דיין טאטע ווען ער רעדט צו דיר פון קבלה, וואס דא וועט פאסירן; וויסן זאלסטו, קבלה איז נישט א זאך מיט וואס מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן, מען דארף ערשט אסאך לערנען גמרא רש"י תוספות און אסאך לערנען הלכה און פוסקים, און שפעטער אז מען איז זוכה, מען פירט זיך בקדושה ובטהרה - קען מען עוסק זיין אין סתרי תורה, אויך נאר שטילערהייט מיט גרויס יראה (שלחן ערוך יורה דעה סימן רמו סעיף ד, ברמ"א; ש"ך שם, סעיף קטן ו). אויך ביסטו נאך א בחור, מען דארף ערשט חתונה האבן צו זיין אפגעהיטן, ווייל קבלה איז א סם וואס אויב מען איז ראוי פאר דעם איז דאס א סם החיים, און אויב מען איז נישט ריין - איז דאס א סם המוות; מען קען פאלן, מען קען פארלירן די הייליגע אמונה השם ישמרינו.


שטארק זיך אין לערנען גמרא און משניות, די צוויי לימודים זאלסטו אסאך לערנען, אויך זאלסטו זאגן תהלים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו', ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהלים; דורכדעם וועסטו ווערן אן ערליכער איד און זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך, און צו דינען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - א שרעק פון די עכטע טאטע
פחדים, חתונה, גט, תפילה, טאטע

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר שרייבט מיר אז איר האט א פחד, אז אייער עכטע טאטע גייט קומען צו אייער חתונה, איר טראכט אסאך פון דעם, איר דארפט אן עצה.


איך האב פאר אייך אן עצה, בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט מורא האבן פון מיין עכטע טאטע, הייליגער באשעפער העלף מיר אז איך זאל וועלן טרעפן מיין עכטע טאטע און אנהייבן מיט אים צו רעדן, הייליגער באשעפער העלף מיר אז אפילו איך וויל נישט טרעפן מיין עכטע טאטע, און אפילו עס זעט מיר אויס זייער שרעקעדיג - זאל איך נאכאלץ וועלן טון וואס איז ריכטיג און וויסן אז א טאטע און א מאמע איז זייער הייליג, און איך זאל וועלן האבן א שייכות מיט ביידע פון זיי".


טייערע תלמידה ... תחי', דאס וואס איר האט שרעק איז א נארמאלע זאך, ווייל ווען עלטערן גט'ן זיך און מען לעבט יארן מיט די מאמע, איז נארמאל פאר א קינד צו האבן א פחד צו טרעפן די טאטע, און איר האט אלע יארן נאר געזען אייער מאמע תחי', און איר האט קיינמאל נישט געזען אייער טאטע, איז נארמאל דאס וואס איר האט מורא און וואס איר טראכט: וואס גייט זיין אז איין טאג גייט אייער טאטע קומען? און וואס וועט זיין אז ער וועט קומען צו אייער חתונה? דאס מאכט אייך דערשראקן, און דאס מאכט אייך אומבאקוועם; אבער מיט תפילה, מיט בעטן דעם אייבערשטן - וועט אוועקגיין אלע אייערע שרעק, און אדרבה, איר וועט זיך וועלן טרעפן מיט אייער טאטע און לעבן בשלום מיט אים, און אויך מיט די מאמע.


שרייבט מיר נאך בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - א גאלדענע הערליכע לעבן, מיט כיבוד אב
כיבוד אב ואם, עזות, איבערבעטן, טאטע

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך ווייס אז דו ביסט אריבער שווערע יארן מיט דיין טאטע און נאכאלץ גייסטו אריבער שווערע טעג מיט אים, אבער וויסן זאלסטו, דאס איז נישט קיין תירוץ אויף זיין א מחוצף און אן עזות פנים.


וויסן זאלסטו, מען טאר נישט טענה'ן מיט א טאטע, מען טאר נישט ענטפערן אדער זאגן פארקערט; אז דיין טאטע זאגט דיר זאכן וואס דו ווילסט נישט - טארסטו נישט זאגן אנדערש, ווייל "עז פנים לגיהנום" (אבות ה, כ), מען באקומט גיהנום אז מען ענטפערט טאטע מאמע; און אז עס איז דיר נישט מעגליך נישט צו ענטפערן - זאלסטו גיין שלאפן ביי א צווייטע דירה, און אז דו האסט נישט וואו צו שלאפן - זאלסטו ענדערש בלייבן שלאפן אין ישיבה ווי איידער חס ושלום אהיים גיין און זיך מתחצף זיין.


איך בעט דיר, בעט איבער דיין טאטע, און זיי זיך מקבל אז מהיום והלאה עפנסטו נישט דיין מויל אים צו ענטפערן מיט חוצפה, און אז ער זאגט דיר זאכן וואס דו ווילסט נישט - זאלסטו בלייבן שטיל און חס ושלום ענטפערן.


אז דו וועסט מכבד זיין דיין טאטע - וועסטו האבן א גאלדענע הערליכע לעבן, דו קענסט זיך נישט פארשטעלן די שיינע לעבן וואס מען באקומט פארן טון די מצוה, ווייל אויף אלע מצוות באקומט מען נישט שכר דא אויף די וועלט, נאר שפעטער ווען די נשמה גייט ארויף אין הימל - דעמאלט איז די צייט צו באקומען שכר, אבער אויף די מצוה פון כיבוד אב ואם באקומט מען דא אויף די וועלט שכר (משנה פאה א, א).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - טאטע, נעם מיך ארויס פון בלאטע
יאוש, תפילה, חיזוק, טאטע

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן שב): "דֶער עִיקָר אִיז 'מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי'", ווען מען שפירט זיך אז מען איז נישט באליבט וכו', דעמאלט זאל מען שרייען צום אייבערשטן, אזוי ווי יונה הנביא ווען ער איז געווען אין בטן שאול, האט ער פון דארט געשריגן צום אייבערשטן (יונה ב, ג); אזוי דארפן מיר טון, נישט אפלאזן דאס וועלן זיין גוט, נישט אויפגעבן, נאר פון וואו מען געפינט זיך, אפילו טיף אין בלאטע – זאל מען פון דארט שרייען: "טאטע, נעם מיך ארויס פון בלאטע".


דער הייליגער רבי האט געמאכט א כרוז דעם לעצטן שבת נחמו, דער רבי האט געזאגט הויך אויפן קול: "געוואלד, זייט אייך נישט מייאש, קיין יאוש איז גארנישט פארהאן" (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עח); און מען הערט נאכאלץ דעם קול פון רבי'ן, דער קול ווערט נאר שטערקער, אז אפילו מען איז אראפגעפאלן וכו' זאל מען נישט אויפגעבן, נאר ווייטער וועלן און זיך בענקען צו זיין גוט, און ארויסזאגן די גוטע רצונות פארן אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער האט א גרויסע נחת רוח צו הערן די קול פון די געפאלענע און פארבלאנזשעטע, ווי זיי בענקען זיך צוריק צו קומען, והבן למעשה.