בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לערנען תורה מיט קינדער
קינדער, חינוך הילדים, צרות, לימוד התורה, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, ה' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


יעצט זע איך אז שוין לאנגע חדשים וואס דו ווארטסט אויף אן ענטפער און איך בין נישט אנגעקומען דיר צו ענטפערן; זיי מיר מוחל, איך האב אזויפיל זאכן וואס איך דארף טון און איך קום פשוט נישט אן דערצו; איך קום נישט אן צו ענטפערן צען פראצענט פון די בריוון וואס קומען אן טעגליך, יעצט האב איך באמערקט דיין בריוו שרייב איך דיר צוריק.


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די צדקה, עס איז געווען פאר מיר ממש ווי מָן פון הימל; יענעם טאג האב איך געדארפט האבן זייער וויכטיג טויזנט דאלער, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן און ביינאכט ווען איך האב געעפנט די פאסט האב איך באקומען די מן פונעם אייבערשטן דורך דיר - דער גוטער שליח.


איך בעט דיר זייער, זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון לערנען מיט קינדער די הייליגע תורה, די הייליגע אמונה; אפילו יעצט ווען די רעגירונג האט פארשלאסן אלע חדרים און ישיבות זאלסטו ווייטער לערנען מיט די קינדער אויף א וועג וואס מען קען; אדער אויפ'ן טעלעפאן אדער זאלסטו רופן אפאר קינדער און לערנען מיט זיי.


מענטשן זענען דערשראקן פון די קאראנע וויירוס, מען כאפט נישט אז מען דארף זיין אסאך מער דערשראקן אז די חדרים זענען פארמאכט! די וועלט קען נישט האבן א קיום נאר אז מען לערנט תורה מיט קינדער, זיי היטן די גאנצע לאנד פון אלע צרות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש איכה, פתיחתא ב): "מָאן אִינוּן נְטוּרֵי קַרְתָּא" ווער זענען די וואס היטן אפ די שטאט פון שלעכטס? "אֵלּוּ סוֹפְרִים וּמְשַׁנִּים, שֶׁהֵם הוֹגִים וּמְשַׁנִּים וּמְשַׁמְרִין אֶת הַתּוֹרָה בַּיוֹם וּבַלַּיְלָה", די מלמדים וואס לערנען תורה מיט די קינדער, זיי היטן אפ די שטאט פון אלעם שלעכטס.


מען דארף שרייען "גיוואלד!" אויף די גזירה פון פארמאכן די תלמוד תורה'ס און ישיבות; די הייליגע חכמים זאגן (מסכת כלה רבתי, פרק ב): "בְּכָל יוֹם מַלְאָךְ יוֹצֵא מִלִּפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לְחַבֵּל אֶת הָעוֹלָם", יעדן טאג גייט ארויס א מלאך פונעם אייבערשטען חרוב צו מאכן די וועלט, "כֵּיוָן שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִסְתַּכֵּל בְּתִינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן, מִיָּד נֶהְפַּך כַּעֲסוֹ לְרַחֲמִים", אבער ווען דער אייבערשטער זעט ווי אידישע קינדער לערנען די הייליגע תורה, דריידט זיך איבער זיין כעס צו רחמנות; נאך זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה סה, כ): ווען די גוים זענען געקומען צו בלעם בן בעור אים פרעגן ווי אזוי קען מען בייקומען די אידן, האט בלעם זיי געזאגט: "גייט ארום אין די שולן, אויב וועט איר זען 'תִּינוֹקוֹת מְצַפְצְפִין בְּקוֹלָן' - קינדער וואס לערנען די הייליגע תורה, 'אֵין אַתֶּם יְכוֹלִים לְהִזְדַּוֵוג לָהֶם' - וועט מען זיי קיינמאל נישט קענען בייקומען. ווייל זייער פאטער יצחק אבינו האט זיי מבטיח געווען אז ווילאנג עס וועט זיין 'הַקּוֹל קוֹל יַעֲקֹב' – מען וועט הערן די קול ווי קינדער לערנען תורה, קען נישט עשו'ס הענט שולט זיין אויף זיי".


איך בעט דיר טייערער ..., זיי ממשיך מיט מסירות נפש צו לערנען יעדן טאג מיט די קינדער, עס זאל דיר נישט באדערן אז דו קומסט נישט אן צו לערנען אזוי סאך ווי אמאל, ווייל לערנען מיט קינדער איז מער פון אלעס; איך פארשטיי דיר גאר גוט, ווייל איך פלעג אויך האבן דעם שולד געפיל ווען איך האב געעפנט די ישיבה, איך האב פארלוירן מיין צייט צו לערנען פאר מיר מיינע שיעורים כסדרן; פארדעם פלעג איך אניאגן זייער אסאך, ביז מוהרא"ש פלעגט מיר זייער שטארקן און מיר געגעבן די שכל צו וויסן אז ביים אייבערשטן איז מער חשוב לִלְמוֹד וּלְלַמֵּד - לערנען מיט קינדער, לערנען מיט בחורים און אינגעלייט; עס איז נישט דא קיין חשוב'ערע זאך ביים אייבערשטן ווי לערנען תורה מיט קינדער.


שטארק דיין ווייב; נאר אמונה איז איר רפואה, אמונה היילט אויס דעם מענטש, ווי מער מען רעדט פונעם אייבערשטן אלץ מער ווערט מער רואיג און פרייליך.