בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מאגאזינען און נאוועל ביכער
תהלים, עצבות, עצתו אמונה, מאגאזינען, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער גוט אז איר האט אויפגעהערט צו ליינען מאגעזינען, עס איז נישט גוט צו ליינען מאגעזינען; דאס ליינען די ארטיקלען אין די מאגעזינען ברענגט עצבות און מרה שחורה, אויך קען מען באקומען פון דעם שטארקע פחדים און אומזיסטע שרעק.


יעצט וויל איך אייך בעטן איר זאלט נישט ליינען קיין נאוועל ביכלעך, אויסגעטראכטע מעשיות וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן; ליין נאר ביכלעך פון מעשיות פון צדיקים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רמח), ווען מען הערט מעשיות פון צדיקים ווערט אויפגעפלאמט דאס הארץ, מען באקומט א בענקעניש צו ווערן אן ערליכער איד, ווייל ווען מען הערט ווי די צדיקים האבן זוכה געווען און בייגעשטאנען אלע נסיונות, וויל מען אויך זיין א צדיק; דאס זאלט איר ליינען ווען איר האט איבריגע צייט, ליינט נישט נאוועל ביכער, די נאוועל ביכלעך מאכט מען זאל לעבן אין א נעפל, אין א דמיון; מען ווערט א שטייטע קאפ, מען גייט אריין אין עולם הדמיון, עס איז גארנישט בעסער פון די אלע מאגעזינען השם ישמרינו.


שבת קודש זאלט איר ליינען די בריוון פון עצתו אמונה און פון אשר בנחל, אויך זאלט איר ענדיגן ספר תהילים; זאגט תהלים און בעטס אייך אויס א גוטע ערליכע שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.