בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#18 - וויפיל שעדליכע גיפט עס ליגט באהאלטן אין ביכער
אידישע שטוב, מאגאזינען, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בארא פארק


געב אכטונג דיינע טעכטער זאלן ליינען נאר ערליכע ביכער וואס האבן הסכמות פון ערליכע רבנים. האסט נישט קיין השגה וויפיל שעדליכע גיפט עס ליגט באהאלטן אין ביכער, צדיקים האבן געזאגט ביכ"ל איז די ראשי תיבות כ'ל ב'איה ל'א י'שובון, עס גייט אריין די מיינונג פון די שרייבער, און אז זיין מיינונג איז פארדארבן - ווערט דער ליינער פארדארבן, און אז דער שרייבער איז אן אפיקורס - ווערט דער ליינער אן אפיקורס, דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן נישט ארייננעמען ביכער וואס מען ווייסט נישט ווער דער שרייבער איז.


ביי מיינע עלטערן אין שטוב איז נישט געווען קיין ביכער, און אזוי אויך ביי מיר אין שטוב איז נישטא קיין ביכער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - ארויס פון די הייליגע טעג, בלייב ריין און הייליג
מאוויס, פרנסה, טעלעפאן, אידישע שטוב, מאגאזינען, שמירת עינים, צייטונגען, תפילה, ימים נוראים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טו וואס נח האט געטון, ווען די גאנצע וועלט איז געווען אזוי געפאלן, "כי השחית כל בשר את דרכו" וגו', ער האט געמאכט א תיבה; דאס מיינט מען תיבות התפילה, ער האט געניצט די זאך פון התבודדות ותפילה, "את האלקים התהלך נח", נח איז געגאנגען מיטן אייבערשטן, ער האט גערעדט צום אייבערשטן, זיך מתבודד געווען צום אייבערשטן; נאר אזוי איז ער געראטעוועט געווארן פון פגם הברית רחמנא לצלן.


איך בעט דיך זייער, מיר זענען יעצט ארויס פון די הייליגע טעג, בלייב ריין און הייליג, קוק נישט קיין מאוויס; וואלסטו געזען וואס איין ראי' אסורה טוט מיט די נפש, רוח ונשמה, ווי עס ווערט שווארץ און פארברענט - וואלסטו זיכער נישט געקוקט. איך בעט דיך, ראטעווע זיך, ראטעווע דיין נשמה, קוק נישט קיין קליפס, מאוויס, אויך נישט אידישע זאכן, ווייל אזוי ארבעט דער יצר הרע, ער ארבעט מיט א פלאן; קוק נאר דאס, און טו נאר דאס, "היום אומר לו עשה כך", היינט זאגט ער אים טו דאס "ומחר אומר לו עשה כך", און מארגן זאגט ער אים טו נאר דאס, "עד שאומר לו", ביז ער זאגט אים, "לך עבוד עבודה זרה", גיי דין עבודה זרה, רחמנא לצלן.


נעם נישט אריין אין שטוב דיין ארבעטס טעלעפאן, טייל אפ די ארבעט מיט די פרנסה, בוי דיין לעבן געזונט; ארבעט אין די שעות פון ארבעט און נאכן ארבעטן לייג אוועק דיינע כלים אין אפיס, און גיי אהיים און אין שול, זיי א איד, זיי א טאטע, זיי א מאן, זיי א מענטש מיט א קלארן פארשטאנד.


טו וואס נח האט געטון, ער האט געזען ווי דער וועלט ווערט חרוב, "כי השחת כל בשר את דרכו על הארץ", די דור המבול איז געווען איין שטיק ניאוף, אזוי ווי די היינטיגע דור, האט ער זיך געמאכט א תיבה, ער האט האט גערעדט ווערטער צום אייבערשטן, טו דו אויך אזוי, גיי התבודדות, גיי שריי צום אייבערשטן: "טאטע איך וויל זיין א איד, טאטע איך וויל נישט טון קיין עבירות, טאטע איך וויל נישט פוגם זיין בברית, איך וויל ריינע אויגן, ריינע מחשבות".


מארגן וועט זיין א שיעור, הלואי וועסטו קומען זיך אויפפרישן מיט דעם רבינ'ס עצות און התחזקות.


ווען דו גייסט איינקויפן פאר שבת, זאלסטו מער נישט קויפן קיין שום 'ליין מאטריאל', נעם נישט אריין אין שטוב 'ליין מאטריאל', האלט דיין שטוב ריין פון פרעמדע השקפות, זע דיין שטוב זאל זיין געבויט אויפן רבינ'ס ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - די "שטעטל בלעטל" איז די איינציגסטע מאגאזין ביי אונז אין שטוב
מאגאזינען, צייטונגען, בלעטל, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


איך וואלט דיר געדארפט יעדע וואך שרייבן א דאנק בריוו, ווי איך און מיין גאנצע משפחה, זענען זיך מחי' מיט די הערליכע אויסגאבע "שטעטל בלעטל", מידי שבוע בשבוע.


דאס איז די איינציגסטע מאגעזין וואס קומט אריין ביי אונז אין שטוב פון אונזער חתונה, מיר נעמען נישט אריין קיין שום ליין מאטריאל, אויך מיינע טייערע עלטערן האבן קיינמאל נישט אריינגענומען אין שטוב קיין צייטונגען און מאגעזינען וכדומה, נאר די שטעטל בלעטל צייטונג, דאס ליינען מיר, און מיר זענען זיך זייער מחי' מיט דעם.


גיי אן מיט דיין עבודת הקודש, שטעל זיך נישט אפ פאר גארנישט, און אז דו האסט חלישות הדעת וכו' - זאלסטו זיך בשום אין אופן נישט אפשטעלן; ווער עס טוט אין הדפסה והפצה - האט חלישת הדעת, איך האב אויך חלישות הדעת, דאס טאר אבער נישט אפשטעלן פון טון וואס מען טוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#15 - נישט גוט צו האבן אין שטוב צייטונגען און מאגאזינען פון די פרעמד
מאגאזינען, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעם ארויס צוביסליך פון שטוב אלע ליין מאטריאל, עס איז נישט גוט צו האבן אין שטוב צייטונגען און מאגאזינען פון די פרעמד, אפילו די אידישע וואס איז געדרוקט מיט אידישע אותיות, און אפילו די וואס טוען עס אן מיט א לבוש פון תורות - איז עס פול מיט ליצנות און עס שאדט פאר יראת שמים.


מיר האבן אייגענע ליין מאטריאל וואס איז ריין פון ליצנות, אונזערע ליין מאטריאל, די שטעטל בלעטל איז אנגעפילט מיט יראת שמים, מיט אמונה און חיזוק אויף תפילה, אויך די גליונות איז מלא יראת שמים, און ווער רעדט נאך פון די נייע קונטרסים עצתו אמונה, דאס איז פול מיט חיזוק און יראת שמים, שכל און הדרכה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. אלע בריוו זענען פון אשר בנחל; מוהרא"ש האט מיר בפירוש געזאגט נאך די ליל שישי שיעורים: "פון יעדע שיעור זאלסטו מאכן הונדערט שיעורים", און דאס איז די בריוו פון עצתו אמונה, ווייל פון יעדע בריוו אין אשר בנחל קען מען שרייבן גאנצע בענדער ספרים, פון די שכל און וועג ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט ווי אזוי צו לעבן.


א גרויסן דאנק פארן העלפן מיט די יערליכע קאמפיין 'אנשי חיל' צו העלפן אונזערע מוסדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#14 - ווען עס פליען ראקעטן, לויפט מען אריין אין א פארמאכטע שטוב
חינוך הילדים, טעלעפאן, מאגאזינען, נייעס, מלחמה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


וואס טוען די אידן אין ארץ ישראל ווען עס פייפט די פייף אז עס פליט א ראקעט? מען לויפט אריין אין א פארמאכטע שטוב, אזוי ראטעוועט מען זיך; עס איז נישט גענוג צו אריינגיין אין שטוב, עס מוז זיין א פארמאכטע שטוב, מען זיצט דארט ביז עס ווערט רואיג.


דאס איז די וועג זיך צו ראטעווען, פארמאכן די שטוב; נישט אריינלאזן אין שטוב נייעס, צייטונגען און ווידיאו; פארמאכן די שטוב אז די מבול זאל נישט אריין רינען.


ליבער ברודער פארמאך דיין שטוב, ווארף ארויס די געטשקעס, די טעלעפאן, טעבלעט - וואס מען קען זען נייעס און עבירות, בוי זיך א תיבת נח - וועסטו ניצול ווערן פון אלעם שלעכטס.


א שטוב וואס טאטע מאמע האבן נישט קיין טעלעפאן איז גאר אנדערש פון א שטוב וואס מען האט טעלעפאנס; מען זעט דאס אויף די קינדער, אויף די יראת שמים; עס איז קיין פארגלייך.


כאפ א שפאציר, רעד אפאר ווערטער צום אייבערשטן - וועט דיר גוט זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - א הערליכע יום טוב סוכות
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, אמונה, התחזקות, מוסדות, שטעטל, שלום, פרנסה, טעלעפאן, ישיבה, מאגאזינען, מחשבות, חדר, שמירת עינים, רבינו ז"ל, יום טוב, סוכות, עצות, ארץ ישראל, מעביר סדרה, גבאי, אחדות, שמחת תורה, מלחמה, ברית, אתרוג, בלעטל, הושענא רבה, כוונת הנענועים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


מיר האבן געהאט א הערליכער יום טוב, אנגעהויבן פון די ערשטע טאג סוכות ביז מוצאי שמחת תורה - איז געווען הערליך שיין. מיר האבן זוכה געווען צו טון די מצוה פון סוכה, די מצוה פון די ד' מינים, דער מנהג פון הושענות, פון הקפות; אזעלכע הייליגע מצוות, און מיטן הייליגן רבינ'ס הקדמות איז דאס ממש א מחי'.


איך הער זאגן אז ביי ענק אין שטעטל קרית ברסלב איז אויך געווען הערליך שיין, איך האב באקומען הערליכע גריסן, סיי פון פרעמדע און סיי פון אנשי שלומינו פון די דאווענען ביי ענק, פון הושענא רבה און הקפות. איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן בלייבן אין שטעטל, זען עס זאל זיין שיינע דאווענען און פרייליכע הקפות, איך וועל דיר אביסל שרייבן פון סוכות אין ישיבה ומתיבתא היכל הקודש.


ערב סוכות האט ביי אונז זייער שטארק גערעגנט, איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי און געזען מיין סוכה אנגעפילט מיט וואסער, אזוינס האב איך נאכנישט געזען, איך האב שוין מיין סוכה איבער צוואנציג יאר אין וויליאמסבורג, די סוכה איז געווען אנגעפילט מיט זייער אסאך וואסער. איך האב זייער שטארק געבעטן דעם אייבערשטן, אפילו מיט טרערן - עס זאל אויפהערן רעגענען, ווייל עס האט אויסגעזען אז מען וועט נישט קענען עסן אין די סוכה, און א מעשה פון תפילה, עס האט אויפגעהערט רעגענען און מיר האבן געקענט עסן אלע טעג אין די סוכה אן דארפן בכלל צומאכן די שלאק; קענסט אריין שטעלן די 'מעשה פון תפילה' אין שטעטל בלעטל.


אגב, די שטעטל בלעטל ווערט שענער און שענער. מען קען שוין היינט נישט ליינען קיין אנדערע מאגעזינען, וואו מען מאלט וואסער, מען רעדט און מען רעדט און מען קומט נישט צום ווארט; מען רעדט נישט פון אייבערשטן, מען רעדט נישט פון תפילה - איז וואס איז אינטערעסאנט די גאנצע ארטיקל... אבער די בלעטל - די צייטונג - וואס דו געבסט ארויס, איז יעדע ווארט 'אייבערשטער', עס איז אזוי שיין, אזוי ערליך, אזוי ריין.


נאר דער וואס רעדט צום אייבערשטן קען ליינען אונזער בלעטל, אז נישט - ווערט מען נערוועז פון נאכאמאל אייבערשטער און נאכאמאל אייבערשטער, אזוי איז מיט אלע דיבורים וואס מען רעדט אין היכל הקודש. קענסט אמאל הערן, מענטשן פרעגן, "ווי אזוי קענסטו לערנען אשר בנחל, עס שטייט דאך אין יעדע בריוו די זעלבע זאך 'רעד צום אייבערשטן', 'זאג משניות', 'רעד שיין צו דיין ווייב', ווי אזוי קען מען דאס ליינען זיבעציג טויזנט מאל?!' דער ענטפער איז, ווען מען איז ווייט פון די עבודות, מען לעבט נישט מיט התבודדות, מען לערנט נישט און מען שעצט נישט די ווייב - קען מען טאקע נערוועז ווערן פון דאס הערן נאכאמאל און נאכאמאל, אבער אז מען גייט מיט די עצות פון רבי'ן - דעמאלט שלינגט מען יעדע בריוו אזוי ווי פיש וואס קומען ארויף שלינגען נאך א טראפ רעגן וואסער.


אזוי אויך די דרשות אין ישיבה; נאר אז מען לעבט מיט דעם - איז דאס אינטערעסאנט, איינמאל מען לאזט אפ די הייליגע עבודות - קען מען שוין נישט הערן די דיבורים, מען ווערט שרעקליך נערוועז.


די ערשטע נאכט האבן מיר זיך אהיים געיאגט, מיר האבן נישט געוואוסט אויב עס גייט נאך רעגענען, מיר האבן געוואלט אריינכאפן צו עסן די כזית אין די סוכה, קענען מאכן א ברכה לישב בסוכה.


אויפן וועג אהיים בין איך געגאנגען זאגן גוט יום טוב פאר מיין ווייב תחי', זי איז געווען די ערשטע טעג ביי אירע עלטערן זיך אביסל אפרוען, איך בין איר געגאנגען באגריסן און זאגן גוט יום טוב. זי איז אליינס אהיים געקומען פון שפיטאל, איך בין נישט געפארן איר אהיים ברענגען, צוליב די שווערע רעגענס, מען האט נישט געוואוסט וואס גייט זיין, ווי לאנג די וועג וועט נעמען.


איך האב געגעבן א נאמען פאר מיין טאכטער די ערשטע טאג סוכות, ויקרא שמה בישראל, מלכה, נאך מיין שווערס מאמע עליה השלום, וואס זי הייסט נאך די בעלזא רעבעצין – מלכה. איר טאטע ר' משה שנעק עליו השלום איז געווען א בעלזער חסיד, און האט איר א נאמען געגעבן נאך די גרויסע צדיקת, די רעבעצין פון הייליגן שר שלום זכותו יגן עלינו. מיין שווער הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א האט געדאווענט מיט אונז און געזאגט דעם "מי שברך", געגעבן די נאמען.


נאכן דאווענען איז געווען א קידוש אין די סוכה אנטקעגן איבער די ישיבה, עס איז געווען א קליינער עולם די ערשטע טעג אין ישיבה, ממש א מנין.


צוישן מנחה מעריב האבן מיר געלערנט ספר מקור השמחה אות סוכות, עס איז געווען הערליכע דיבורים. מוהרא"ש זאגט, דיקא נאך יום כיפור, נאכן מוחל זיין אלע עבירות - דעמאלט קומט יום טוב סוכות, דעמאלט קען מען זיין פרייליך, מען הויבט אן צוריק שפירן ווי 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג:): "בִּתְחִלָּה קוֹדֶם שֶׁחָטְאוּ יִשְׂרָאֵל, הָיְתָה הַשְּׁכִינָה שׁוֹרָה עִם כָּל אֶחָד וְאֶחָד", פאר מען האט געזינדיגט האט די שכינה גערוט ביי יעדן איינעם, "כֵּיוָן שֶׁחָטְאוּ נִסְתַּלְּקָה שְׁכִינָה מֵהֶם", נאכן זינדיגן איז די שכינה אוועק געגאנגען; און אז מען טוט תשובה קומט צוריק די שכינה, מען הויבט אן צוריק שפירן ווי 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, ער הערט אויס וואס איך רעד צו אים און ער האט מיך זייער ליב'; דאס איז וואס מיר זענען זוכה יום טוב סוכות, נאך יום הקדוש וואס מיר האבן אלע זוכה געווען צו תשובה שלימה - זענען מיר יעצט אונטער די שאטן פון באשעפער.


איך האב נישט געדאווענט פארן עמוד די גאנצע ערשטע טעג, די בעלי תפילה זענען געווען האברך מרדכי ישראל משה נרו יאיר און האברך שלמה נרו יאיר. אויך איז געווען ממש א קליינער עולם, א מנין מצומצם, עס האט מיך דערמאנט דאס אנהויב פון די מנין אין וויליאמסבורג, ווי עס איז געווען קוים מנין, אבער די ליבשאפט, די אחדות - איז געווען זייער שטארק. איך האף אז אין שטעטל וועט זיין ליבשאפט, נאר פון דעם זאלסטו רעדן און נאר אויף דעם זאלסטו לייגן א געוויכט, און דאס בעט איך פון אלע גבאים היכל הקודש, פארלייגט זיך אויף שלום און ליבשאפט, דאס זאל זיין העכער אלעס. דער בריוו שרייב איך דיר אבער דאס איז פאר אלעמען, קענסט דאס אויפהענגען ביי אייך אין שול און אויך דאס ווייזן פאר אלע גבאים. איך שרייב דיר דאס ווייל איך האב הנאה אז דו בלייבסט ימים טובים אין שטעטל, דו ביסט דא צו בויען און העלפן די שטעטל.


אויפן וועג אהיים פון שול בין איך ארויף צו מיין שווער זאגן א גוט יום טוב. איך האב געהאט ביי אלע סעודות געסט בחורים, מען האט געזינגען און גערעדט שיינע דיבורים, אפשר וועסטו קענען עפעס באקומען פון זיי, אפשר וועסטו קענען צוריק באשרייבן אינעם בלעטל שיינע שמועסן ביי די שבת סעודות. עס איז א שאד אז די וואס האלטן מיט די שיינע שמועסן - געבן דאס נישט איבער פאר אנדערע, זיי האלטן דאס פאר זיך; אלע וואלטן זיך געקענט מחי' זיין.


דעם צווייטן טאג סוכות האבן מיר זוכה געווען צו שאקלען די ד' מינים. מיט די כוונת ווי מוהרא"ש לערנט אונז - איז די נענועים גאר אנדערש; רעכטס - בעט מען 'הייליגער באשעפער, ווען אלעס גייט רעכטס זאל איך געדענקען אז דאס ביסטו', לינקס - בעט מען 'רבונו של עולם, ווען עס גייט מיר לינקס, נישט ווי איך וויל - זאל איך געדענקען אז דאס ביסטו, איך זאל דאס אננעמען באהבה', פאראויס – 'ווען אלעס גייט כסדר, זאל איך וויסן אז דאס ביסטו, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר, איך זאל זיך נישט איינרעדן אין כוחי ועוצם ידי', אויבן – 'ווען איך בין א הימל מענטש, איך לערן און דאווען און איך טו מצוות זאל איך געדענקען פון דיר, דאס זאל זיין מיט דיר', מען קען לערנען און דאווענען און גארנישט האבן מיטן אייבערשטן, אלעס איז שלא לשמה; אינטן – 'ווען איך פאל אראפ, בקטנות המוחין - זאל איך זיין מיט דיר, איך זאל נישט פארגעסן אז אין שאול תחתית ביסטו אויך מיט מיר', מעריב – 'פארקערט, שלא כסדר - זאל איך געדענקען אז דו ביסט מיט מיר'.


מיין ליבער ברודער, יעדע יאר ווען איך שאקל מיט די כוונת מוהרא"ש רינט מיר טרערן פון מיינע אויגן, מיין הארץ ווערט מיר אזוי צעגאסן; וואס זאל איך דיר זאגן? איך זאג די זעלבע ווערטער וואס די חברים האבן געזאגט פארן הייליגן רבי שמעון בר יוחאי, אין זוהר הקדוש געפינען מיר יעדע מאל רבי שמעון האט אנטפלעקט נאך ליכטיגקייט האבן די חברים זיך אנגערופן: "וואלטן מיר נישט באשאפן געווארן נאר צו הערן די זאך פון אונזער רבי, דער הייליגער ליכט, רבי שמעון - איז אונז שוין ווערד", איך זאג דיר אויך: "וואלטן מיר נישט זוכה געווען מקורב ווערן צום רבי'ן נאר צו הערן ווי אזוי מען שאקלט לולב און ווי צו זיצן אין די סוכה - איז אלעס ווערד".


מוצאי יום טוב האב איך פארגעלערנט גמרא, מיר האבן זיך זייער געשטארקט מיט די מתנה - דער סדר דרך הלימוד וואס מיר האבן באקומען פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און ווען עס קומט שמחת תורה, מען טאנצט מיט די תורה - איז מען אזוי פרייליך, מען האט מיט וואס זיך צו פרייען, מען פרייט זיך מיט די תורה; מיט חומש, מיט משניות, גמרא, ועוד.


דער ערשטער טאג חול המועד איז געווען זייער שיין, מען האט געדאווענט אין ישיבה, איך האב פארגעזאגט די הושענות. די נוסח פון הושענא נא - ווי מען בעט נאכאמאל און נאכאמאל דעם אייבערשטן: "העלף מיר, העלף מיר" - איז זייער מעורר. ביים רבי'ן איז געווען אזעלכע בכיות, מען פלעגט זען ארום די בימה איז געווען נאס, דער רבי פלעגט אזוי שטארק וויינען ביי די הושענות, און פון זיינע טרערן איז געווארן נאס ארום די בימה.


מיר האבן געהאט א גרויסער גאסט אין ישיבה, אליהו הנביא; עס איז געווען א ברית, משה אהרן נרו יאיר האט געמאכט א ברית פאר זיין קינד. מען האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן פאר מיר און פאר דיר און פאר אלעמען.


נאכן דאווענען איז געווען די סעודת ברית אין די סוכה, איך האב גערעדט אפאר ווערטער. אויך בערל לעווי, דער גבאי פון בית המדרש היכל הקודש בלומינגראוו האט געזאגט אפאר ווערטער, ער האט געזאגט ער האט געלערנט תיקונים און ער איז ממש אויפגעשפרינגען צו טרעפן די ווערטער (תיקון סח): "גַּן עֵדֶן", וואס איז גן עדן? "מָצָא אִשָּׁה מָצָא טוֹב", א וואוילע ווייב, אזוי ווי עס שטייט (משלי יח, כב) אז מען האט חתונה איז גוט. "גֵּיהִנָּם", און וואס איז דער גיהנום? "וּמוֹצֶא אֲנִי מַר מִמָּוֶת אֶת הָאִשָּׁה", א שלעכטע ווייב, אזוי ווי עס שטייט (קהלת ז, כו) איין זאך איז ערגער פון טויט, א שלעכטע ווייב, "וְתַרְוַיְיהוּ בְּלִבָּא", און ביידע איז אינעם הארץ פונעם מענטש, א שלעכטע ווייב א גוטע ווייב - דאס איז אין הארץ פונעם מאן, "לֵב חָכָם לִימִינוֹ", א קלוגער ציט זיין הארץ צו רעכטס, ער טראכט 'עס איז מיר גוט, איך האב גוט חתונה געהאט, קיינער האט נישט בעסער פון מיר', און ווען עס גייט איבער אין שטוב, די ווייב שרייט, טראכט ער 'עס קומט מיר און עס איז נישט עק וועלט', (שם י, ב) "וְלֵב כְּסִיל לִשְׂמֹאלוֹ", און דער נאר ציט זיך צו לינקס, ער טראכט אלץ שלעכט, נעגעטיוו; שלעכט אויף זיך און שלעכט אויף די ווייב, ער זעט אלע שלעכטס אין איר, דאס איז דער גיהנום; די ווערטער חזר'ט מען טאג און נאכט אין חדר היכל הקודש, ווי אזוי מען קוקט אויפן לעבן - אזוי איז דאס לעבן, אז מען חזר'ט 'אלעס איז גוט; מיין ווייב איז גוט, זי איז דאס שענסטע און בעסטע' - איז עס טאקע אזוי, עס ווערט שענער און שענער, און אז מען טראכט 'יענער האט בעסער', מען טראכט שלעכטס אויף די ווייב - ווערט דאס לעבן ממש א גיהנום.


נאכמיטאג בין איך געפארן אפטראגן מיין ווייב תחי' אין א קימפעטארין היים, אונזער קימפעטארין היים אין שטעטל איז נאכנישט אפן, עס הייסט אז נאך יום טוב וועט זיך עס עפענען. עס קומט זיך צו פארדאנקען פאר אונזער געטרייער חבר יואל הכהן נרו יאיר וואס ער רוט נישט און ער ווערט נישט זאט פון העלפן דעם רבי'ן, ווי מער ער טוט ווערט ער מער אויסגעהונגערט צו טון נאך און נאך פארן רבי'ן. אויך קומט א גרויסן יישר כח פאר משפחת אייזיק אפפעל שיחיו, סיי ער און סיי זיין ווייב, ביידע ארבעטן זייער געטריי פאר די קימפעטארין היים, זיי וועלן דאס פירן און זיי וועלן זיך זארגן פאר די קימפעטארינס, זיי זאלן זיך קענען אפרוען.


א גאנצע וועג האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט אונז, אז מען האט א קינד, א געזונט קינד, און וויפיל מיר זענען שולדיג דעם אייבערשטן אים צו דאנקען און לויבן אויף זיינע חסדים.


ביינאכט איז געווען די יארצייט סעודה אין ישיבה, עס איז געווען גאר שיינע דיבורים, מען האט זיך מחזק געווען אויף אנהויבן א שיעור אין ספר הקדוש לקוטי מוהר"ן, ווי אפילו א פארשטאפטע הארץ וואס איז ווייט ווייט, אויב לערנט מען דעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן - איז מען זוכה אז עס שטאפט זיך אויף אלע פארשטאפטע אדערן.


מען האט גערעדט פון די שאלה וואס מען פרעגט א נשמה ווען זי קומט דארט ארויף (שוחר טוב משלי, פרק י): "צפית במרכבה", דאס מיינט מען נישט צו פרעגן אויב מען האט געלערנט די חכמה פון קבלה, מוהרא"ש זאגט מען פרעגט דעם מענטש: "האם חשבת מהקדוש ברוך הוא", האסטו געטראכט פונעם אייבערשטן? ביסטו ארומגעגאנגען מיט א ליבשאפט צום אייבערשטן, מיט א בענקעניש? דאס איז די גרעסטע מדריגה צו וואס מען קען צוקומען, צו טראכטן פון באשעפער און רעדן צו אים.


מען האט געטאנצן פאר לאנגע שעות. ווייסט אודאי וואס ברסלב'ער חסידים טראכטן ביים טאנצן, מען טאנצט נישט ווייל מען וויל ווערן מער צעבראכן, עס זענען דא פלעצער וואס מען טאנצט מען זאל ווערן מער ערנסט און מער דעפרעסט; מיר טאנצן, ווייל מיר פרייען זיך אז מיר זענען אידן און מיר טוען מצוות, מיר האבן א רבי וואס געבט אונז עצות און ווייזט א וועג פון יעדע פארקראכענע ווינקל צו קענען צוריקקומען צום אייבערשטן.


דינסטאג, די צווייטע טאג חול המועד - איז געווען זייער שיין, איך האב זוכה געווען צו מסיים זיין נאכאמאל תיקוני זוהר. איך בין זיך אזוי מחדש ווען איך לערן ספר תיקונים, יעדע מאל וואס מען לערנט תיקוני זוהר זעט מען נאכאמאל און נאכאמאל דאס גרויסקייט פון מצות תפילין, מצות ציצית, דאס גרויסקייט פון היטן אות ברית קודש און היטן שבת ויום טוב; איך פרוביר זייער שטארק עס זאל נישט אריבערגיין א טאג אן לערנען תיקונים.


מיטוואך, דעם דריטן טאג חול המועד - האבן מיר געדאווענט אין ישיבה, איך האב פארן דאווענען מסיים געווען מסכת סוכה. מוהרא"ש זאגט מען זאל לערנען די מסכתא פונעם יום טוב, איך טו דאס אלע יארן, איך הויב אן יום טוב סוכות מסכת סוכה און ערגעץ אינמיטן יום טוב בין איך דאס מסיים. אויך האב איך מסיים געווען נאכאמאל חמשה חומשי תורה, שנים מקרא ואחד תרגום מיט פירוש רש"י, אזא שמחה, אזא פארגענוגן; אז מען לערנט יעדן טאג אביסל חומש רש"י איינגעטיילט לויט די וואך - איז מען זוכה ווען עס קומט סוף יאר אז מען ענדיגט די גאנצע תורה.


נאכמיטאג בין איך געפארן מיט מיינע קינדער קיין בארא פארק באזוכן מיין טאטע מאמע, איך האב דארט געדאווענט מנחה מעריב. נאכדעם בין איך געגאנגען באזוכן איינער פון מיינע פעטערס וואס דארף א רפואה שלימה.


איך האב פארברענגט ביי מיינע עלטערן אפאר שעה, געשמועסט שיינע זאכן און געגעסן א סעודה, פון דארט בין איך אהיים לייגן שלאפן מיינע קינדער. יעצט יום טוב בין איך דער טאטע און מאמע, איך פארע זיך מיט מיינע קינדער, און וואס מער איך פארע זיך מיט די קינדער - דאנק איך דעם אייבערשטן פאר די מתנה וואס ער האט מיר געגעבן, א ווייב וואס זארגט אזוי פאר די קינדער און מאכט מיר גרינגער דאס לעבן, איך זאל קענען לערנען און דאווענען.


דאנערשטאג, די פערטע טאג חול המועד - איז געווען הערליך שיין, עס זענען שוין אנגעקומען אינגעלייט פון שטעטל צו זיין אין ישיבה די צווייטע טעג. איך פרעג שטענדיג די אינגעלייט פון שטעטל: "וואס טוט מען אין שטעטל?" אויב מען רעדט נאך פון רבי'ן, אויב מען בענקט זיך נאך צום אייבערשטן, אדער עס איז שוין געווארן א פלאץ ווי אנדערע פלעצער, מען רעדט פון געלט און פון דעם און יענעם; איך פרעג נישט די פראגע מען זאל מיר ענטפערן, איך פרעג ווייל איך וויל נאכאמאל דערמאנען די אינגעלייט וואס איז די שטעטל, וואס איז די מטרה, דער ציל; דער בעל תפילה האט דאך פיינט געהאט ווען מען רעדט פון געלט (סיפורי מעשיות, מעשה יב), אז מיר זענען געגאנגען וואוינען חוץ לישוב דארפן מיר זיך בענקען צו זיין אן ערליכער איד, זיך זינגען: "איך וויל זיין אן ערליכער איד", ארומגיין מיט בענקען צום אייבערשטן, קרעכצן און שרייען: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין אן ערליכער איד"; די וועלט איז נישט און מען קען זי נישט האבן, תורה תפילה איז יא און מען קען זי האבן; מען זאל נישט פארגעסן אז מיר זענען דא נאר פאר אביסל, מיר גייען שוין באלד אהיים, די געלט איז נישט קיין זאך וואס מען נעמט מיט, די געלט בלייבט דא, נאר משניות און בלעטער גמרא, און ועל כולם די ווערטער וואס מען האט זוכה געווען ארויס צו רעדן, ארויס צו כאפן - דאס נעמט מען מיט.


אויך פון ארץ ישראל זענען געקומען געסט, האברך יוסף הכהן, האברך חיים שלום, אויך דער מגיד שיעור משה שמואל. מיר האבן אביסל געשמועסט שיינע זאכן, שיחות פון רבי'ן. מיר זענען געגאנגען דאווענען, ביי די נענועים האט זיך מיר געעפנט די הארץ, איך האב זייער געוויינט פון בענקשאפט צום אייבערשטן.


נאכמיטאג זענען מיר געווען אין די סוכה אין ישיבה, מיר האבן געזינגען שיינע ניגונים לכבוד יום טוב מיט מוזיק. מיר האבן געזינגען "וכל מאמינים" מיטן ניגון וואס מען זינגט ביי אונז אין די משפחה, מקובל פון הייליגן רבי אלעזר ניסן, א זון פון הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו. דער ניגון האט מען געזינגען ביים הייליגן ייטב לב אויף "וכל מאמינים", (דער ניגון האסטו געזינגען די יאר ליל ראש השנה ביי לכה דודי).


איך האב מסדר געווען די מלמדים אין וויליאמסבורג, די יאר הבא עלינו לטובה בין איך דער מנהל, אויך וועל איך נישט זיין אין אפיס רוב טאג, איך וועל זיין אין אפיס נאר נאך מנחה. איך וועל זיין דער מגיד שיעור פאר די בחורים, מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיצן מיט זיי פון אינדערפרי ביז נאך מנחה, און נאכמיטאג געבן א שיעור.


מיר האבן געלערנט די גמרא שיעור און זיך געשטעלט דאווענען מנחה מעריב. משנה תורה האט געליינט אשר ראנד נרו יאיר, נאך משנה תורה האבן מיר געהאט א סעודה אין די סוכה, די געטריי גבאים ישעי' און שבתי האבן געארבעט א גאנץ יום טוב, צוגעשטעלט אלעס וואס מען דארף - מיטן גאנצן הארץ.


ביי די סעודה האבן מיר גערעדט ממש אפאר ווערטער, פון דאס גרויסקייט פון הושענא רבה, פון רעדן אפאר ווערטער צום אייבערשטן.


ביינאכט ליל הושענא רבה נאכן סעודה האבן מיר אויסגעזאגט גאנץ תהילים און אהיים זיך אביסל צוגעלייגט; מוהרא"ש זאגט פון הייליגן רבי'ן: "יום טוב שבועות איז דער עיקר דאס אויפזיין, און הושענא רבה איז דער עיקר דאס זאגן, נישט דאס אויפזיין".


פרייטאג, הושענא רבה – זענען זיך צוזאמגעקומען א גרויסע עולם אנשי שלומינו, מען האט געדאווענט אינאיינעם, געזינגען הלל אינאיינעם. איידער די הושענות האב איך געזאגט אפאר ווערטער, מען זאל נישט ווארטן אויף א טעם אדער געפיל, מען זאל שרייען 'הושענא', 'הושענא', ווייל יעדע ווארט וואס מען רעדט צום אייבערשטן איז זייער חשוב אויבן.


צווישן אלע הקפות האב איך גערעדט אפאר מינוט, בעיקר אז מען זאל אויסנוצן די הייליגע מינוטן זיך אויסצוקרעכצן צום אייבערשטן, ארויסזאגן אפאר ווערטער צום אייבערשטן; אפילו מען איז בבחינת הושענא, בבחינת ערבה בלי טעם ובלי ריח - דאך זאל מען רעדן צום אייבערשטן.


אויך האב איך געבעטן אנשי שלומינו אז יעצט ווען מיר האלטן די ד' מינים, די הייליגע אתרוג, וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ראיה, סימן י): "הִסְתַּכְּלוּת עַל אֶתְרוֹג הוּא רְפוּאָה לִכְאֵב עֵינַיִם", אתרוג איז מסוגל פאר אויגן ווייטאג - דאס מיינט מען אויך אויב מען פארשמירט די אויגן, זאל מען זיך גוט אויסבעטן און אויסשמועסן די גאנצע נושא פונעם טעלעפאן, יעדער איינער דארף דאס אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, וואס ער זאל טון; בפרט די וואס דארפן דאס האבן פאר פרנסה זאלן פרעגן דעם אייבערשטן: "וואס טו איך? ווי אזוי זאל איך מיך פירן? דארף איך א טעלעפאן? דארף איך די עפפס אויפן טעלעפאן? הייליגער באשעפער, וואס וועט זיין מיט מיר? מיט מיין נשמה? מיט מיינע קינדער? מיט מיינע דורות?" נאר תפילה איז די עצה.


אויך האבן מיר זיך זייער מחזק געווען: "הושענא נא, בלתך אין להושיע הושענא נא", מען דארף וויסן אז נאר דער אייבערשטער קען העלפן, און אז מען רעדט זיך איין 'דער וועט מיר העלפן, יענער וועט מיר העלפן' - איז מען נעבעך א גרויסער רחמנות, ווייל קיינער קען נישט העלפן, נאר דער אייבערשטער - ער געבט פרנסה, ער מאכט אלעס און טוט אלעס.


שמיני עצרת ביינאכט - איז געווען זייער פרייליך, די הקפות איז געווען זייער פרייליך, אויסנאם שיין, יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל האט געטאנצן און געשפרינגען, מען האט געשפירט אזא שמחה.


צווישן די הקפות האבן מיר געזינגען מיט די קינדער שיינע ווארעמע ניגונים, מען האט געענדיגט די הקפות צען אזייגער.


שמיני עצרת אינדערפרי, פארן דאווענען - האבן מיר געלערנט א שטיקל פונעם סידור עת רצון, די שטיקל פון אלוקי נשמה. מוהרא"ש זאגט דארט אז די ברכה פון "ואתה עתיד להחזירה לעתיד לבוא" און "המחזיר נשמות לפגרים מתים" דאס מיינט מען יעצט אויך, ווען מען שפירט זיך אזוי ווי טויט, מען איז אראפגעפאלן אין עבירות - קען מען זיך צוריק באנייען, מען קען ווערן צוריק לעבעדיג, דאס איז די שיינקייט פון צדיקים אז זיי באנייען זיך און זיי באנייען אונז מיר זאלן שטענדיג אנהויבן פון פריש.


מיר האבן געדאווענט, געזינגען הלל און געבענטשט גשם. נאכן דאווענען איז געווען א קידוש, מען האט זיך מחזק געווען אז די מפתח פון גשם – פון פרנסה - ליגט נאר אינעם אייבערשטנ'ס הענט, און ווער עס רעדט זיך איין אז די פרנסה קומט דורך פלוני אלמוני - איז א גרויסער רחמנות, די שליסל פון פרנסה ליגט נאר ביים אייבערשטן. עס זענען געווען אסאך חברים פון שטעטל, פרעג זיך נאך ביי זיי, מאך מיט זיי אינטערוויוס; זאל יעדער דערציילן וואס ער האט געהערט און געשפירט יום טוב ביי אונז.


ביינאכט צווישן מנחה און מעריב האבן מיר זיך געזעגנט פון די סוכה. מען האט געזינגען שיינע ניגונים פון יום טוב און זיך מחזק געווען צו לערנען יעדן טאג חומש רש"י מיט משניות און גמרא.


שמחת תורה ביינאכט - איז געווען הערליכע הקפות מיט א מורא'דיגע שמחה. אסאך געסט זענען געקומען, אויך חסידי חב"ד זענען געקומען, זיי קומען אלע יארן. עס איז אזוי שיין צו זען ווי אידישע קינדער טאנצן אינאיינעם, געווענליך טאנצט מען יעדער מיט זיין שבט, און ווען עס קומט א צווייטע שבט ווערט מען אומבאקוועם, אבער געלויבט דעם אייבערשטן מוהרא"ש האט דאס אויסגעריסן פון אונז, מיר זאלן זיך ליב האבן אפילו אנדערע שבטים, אנדערע אפשטאמען, ווייל מיר זענען ברידער, מיר זענען אלע בני אברהם יצחק ויעקב.


ביינאכט אינמיטן די הקפות איז אריינגעקומען האלבע נייעס פון די שוידערליכע רציחות אין ארץ ישראל. דאס האט מיך זייער צעבראכן, איך האב דאס נישט ארויסגעוויזן, ווייל יום טוב דארף מען זיין פרייליך - אבער די קאפ האט מיר זייער געדרוקט, איך האב נישט געהאט קיין מנוחה, ביז יעצט בין איך זייער צעבראכן, איך בעט און בעט א גאנצן צייט דער אייבערשטער זאל היטן אידישע קינדער.


אוי ווי דער הייליגער רבי פון סאטמער האט געוויינט ווען די ערב רב האבן געגרינדעט די טריפה'נע מדינה, ער האט געוויינט אויף די בלוט וואס גיסט זיך און אויף די בלוט וואס זיי וועלן פארגיסן; היינט זאגן אלע: "אוי ווי דער סאטמער רב איז געווען גערעכט". עס איז געווען ביי די זעקס טעג מלחמה האבן די פרומע נאכשלעפער געשריגן: "ניסים!" דעמאלט האט דער רבי געוויינט און געשריגן פון זיין ריינע הארץ אויף די אלמנות און יתומים וואס איז דא פון זיך רייצן מיט די אראבער.


ווי זענען די אלע פרומע נאכשלעפער וואס גרויסן זיך טאג און נאכט: "מיר האבן א מיליטער", "מיר האבן די בעסטע טאנקען"? יעצט זעט מען ווי צושאנד און צושפאט זיי זענען, מען זעט קלאר אז מען קען זיך נאר פארלאזן אויפן אייבערשטן, מען קען זיך נאר פארלאזן אויף אים, נאר ער קען אונז העלפן און וועט אונז העלפן.


שמחת תורה בייטאג איז די דאווענען געווען זייער שיין. מיר פירן זיך אז דער בעל תפילה ביי שחרית הויבט אן 'הא-ל בתעצמות' אזוי ווי יום טוב, און ביי 'המלך' זאגט מען די נוסח פון ראש השנה, און 'שוכן עד' זאגט מען די נוסח פון שבת, נאכדעם זינגט מען ווייטער 'רננו צדיקים' - מיט די נוסח פון יום טוב. איך האב געטראכט ביים דאווענעם 'איך וויל נישט די דאווענען זאל זיך אמאל ענדיגן, עס איז דאך אזוי זיס אזוי הארציג'. מיר זינגען 'א-ל מלך גדול' מיט א ווארעמע ניגון, אויך זינגען מיר 'ממקומך', אויך קדיש תתקבל זינגען מיר אלע טעג פון יום טוב.


נאך שחרית, נאכן זינגען הלל - האבן מיר אינאיינעם געזאגט תיקון הכללי.


ביי די הקפות האבן מיר געטאנצן מיטן ניגון: "א מחי' פיאות, א מחי' בארד, א מחי' ציצית, א מחי' תפילין, א מחי' שבת, א מחי' סוכות". די הקפות שמחת תורה אינדערפרי איז אזוי פרייליך, צווישן די הקפות רעד איך אפאר ווערטער. יעדע הקפה רעדט מען פון יענע ספירה; די ערשטע הקפה פון חסד, פון הפצה; צווייטע הקפה פון גבורה, דריטע הקפה פון תפארת, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן מען זאל ליב האבן אידישקייט, ליב האבן א בארד און פיאות, ליב האבן צניעות, די פרויען זאלן זיך שערן די האר נאך די חתונה און דאס ליב האבן.


ביי די הקפות איז א צייט וואס מען קען פועל'ן ארויס צו גיין פון אלע שלעכטע תאוות און מידות רעות - דורך שמחה, דורך טאנצן מיט די תורה.


מוצאי יום טוב האבן מיר געהערט די ביטערע נייעס אז אראבער זענען אריינגעקומען פון עזה און אויסגע'שחט'ן הונדערטער אידן השם ישמרינו, אזא שוידערליכע שחיטה, און פארכאפטע משכונות, און טויזנטער אידן זענען פארוואונדעט. מען זעט מער און מער וואס דער הייליגער רבי פון סאטמער האט אזוי געוויינט ווען די מדינה האט זיך געגרינדערט, אז עס וועט זיך נישט ענדיגן גיסן אידיש בלוט; זייט זי שטייט גיסט זיך בלוט. מען דארף אזוי שטארק בעטן דעם אייבערשטן משיח זאל קומען און דער גלות זאל זיך שוין ענדיגן.


הויב שוין אן מעביר סדרה זיין, ווארט נישט אויף סוף וואך, טייל איין די פרשה לויט די וואך, יעדן טאג אביסל; זינטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער.


איך דארף מקצר זיין, מיין ווייב איז יעצט אהיים געקומען פון זיך אפרוען, איך דארף העלפן אין שטוב מיט די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - וואלסטו געוואוסט ווי שעדליך צייטונגען איז, וואלסטו זיי נישט אנגערירט
שבת קודש, עצתו אמונה, מאגאזינען, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת קרח, ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, בארא פארק


איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך שטרענג זיך זייער אן מידי שבוע בשבוע צו שרייבן אסאך בריוו, עס זאל זיין א קונטרס "עצתו אמונה" צו ליינען פאר אנשי שלומינו; נאר פאר דעם אליין, מען זאל נישט ליינען צייטונגען און מאגאזינען, און געלויבט דעם אייבערשטן אז צענדליגער משפחות, מענער און פרויען זאגן - אז זיי ליינען מער נישט קיין צייטונגען און נעמען מער נישט אריין אין שטוב מאגאזינען זייט זיי ליינען די הייליגע קונטרסים פון עצתו אמונה.


פאריגע וואך איז מיר נישט אויסגעקומען גענוג צייט צו ענדיגן א קונטרס, און יעצט זאגסטו מיר אז פאריגע וואך האסטו צוריק אנגעהויבן ליינען די עקלדיגע צייטונג ..., דאס האט מיר זייער וויי געטון.


איך טראכט, דו ווייסט נישט ווי שעדליך די זאכן זענען; וואלסטו געוויסט ווי שעדליך ליינען צייטונגען איז פאר'ן עקזיסטענץ פונעם מענטש און פאר די מח מחשבה - וואלסטו דאס נישט אנגערירט.


שבת איז א צייט פון תשובה, פון ווערן נאנט צום אייבערשטן, שבת זאלסטו לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, שבת זאלסטו זיך מתבודד זיין; בפרט יעצט ווען דו שטייסט פאר דיין חתונה, גייסט אויפבויען א אידישע שטוב - זאלסטו זיך אנגרייטן מיט תהילים, מיט זוהר הקדוש; שבת קודש זאלסטו לערנען דעם הייליגן זוהר, נישט די פאנטאזיעס פון די געמיינע שרייבערס.


 

#11 - איך געב נישט קיין אינטערוויו פאר קיין שום אויסגאבע און צייטונג
הפצה, מאגאזינען, ראש ישיבה, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


אינטערעסאנט אז דו פרעגסט מיך נאכאמאל און נאכאמאל נאכדעם וואס דו ווייסט שוין קלאר אז איך געב נישט קיין אינטערוויו פאר קיין שום אויסגאבע און קיין שום צייטונג, און איך זאג פאר אלע מיינע צוהערער נישט צו האבן צוטון מיט די זאכן, איז פארוואס פרעגסטו מיך איבער?


דו ביסט דאך א תלמיד פון מוהרא"ש, דו האסט דאך קלאר געהערט וואס מוהרא"ש האט צו זאגן בנוגע צייטונגען און אויסגאבעס; איז מיר א וואונדער אז דו פרעגסט מיך נאכאמאל. ענדערש זאלסטו זיך אריינלייגן אין פארשפרייטן די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש, וואס האט אזוי שיין און קלאר אראפגעברענגט דעם רבינ'ס תורות פאר אונזערע קליינע מוחות. ווייל איין ספר, איין קונטרס וואס דו געבסט מיד ליד פאר א בחור אדער אינגערמאן - האסטו מער געטון ווי רעדן מיט די כלי שופכין וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#10 - אן אייגענעם צייטונג וואס זאל זיין נאר פון אמונה
אמונה, ראש השנה, מאגאזינען, דאווענען, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת נצבים, כ"ו אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן, אומאן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך מוז דיר זאגן ווי שיין דו האסט געמאכט דעם "קרית ברסלב בלעטל"; פון א בלעטל איז געווארן א צווייגל. איך האף דו וועסט עס מאכן גרעסער און גרעסער ביז עס וועט ווערן א גרויסער בוים, א צייטונג.


איך פאר מיר, לכשלעצמי - דארף איך נישט קיין צייטונג, אבער איך זע אז אלע ליינען, עס קומט שבת זעצט מען זיך אראפ ליינען, מען קויפט זיך צאם בערג ליין מאטריאל וואס איז זייער שעדליך, בפרט די פרומע אויסגאבעס וואס איז איינגעוויקלט מיט חסידות וכדומה, עס זעט אויס אזוי דערהויבן - דאס איז זייער שעדליך. וויל איך זייער מיר זאלן האבן אן אייגענעם צייטונג וואס זאל זיין מרישא ועד גמירא נאר פון אמונה, נאר פון הייליגן רבי'ן און פון זיינע הייליגע תלמידים.


איך וויל דיר מכבד זיין מיט פארזאגן סליחות ערב ראש השנה און אויך מעריב ביידע נעכט ראש השנה, אבער איך וויל דו זאלסט דאווענען שיין שטייטליך. א גאנץ יאר דאווענט מען ווי מען דאווענט, אבער ווען עס קומט פרייטאג צו נאכטס און שבת בייטאג דארף מען דאווענען אביסל שטייטער, און זיכער ווען עס קומט ראש השנה און יום כיפורים, ווען אלע ווילן זיך אויסבעטן א גוט יאר, דארף מען דאווענען אביסל שטייטער; אויך מיט שכל, נישט סתם ציען די נערווען, אבער נישט כאפעדיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן אונזערע תפילות און אלע תפילות פון כלל ישראל זאלן ארויפגיין און אנגענומען ווערן ברחמים וברצון.


בנוגע בעלי תפילות יום כיפורים אין שטעטל; וועל איך רעדן מיט דיר פנים בפנים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#9 - דער נייער וועג, וואס פירט צום אלטן וועג
קינדער, תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, מאגאזינען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; דו האסט נישט קיין אנונג וויפיל הונדערטער און טויזנטער מענטשן זענען זיך מחי' וועכנטליך. איך באקום בריוו פון אזויפיל משפחות וואס זיי זאגן אז די עצתו אמונה קונטרסים וואס ערשיינט וועכנטליך - דאס איז זייער וועג ווייזער אין לעבן; זייט זיי האבן אנגעהויבן באקומען די וועכנטליכע קונטרסים נעמען זיי נישט אריין אין שטוב קיין שום פרעמדע ליין מאטריאל, זיי נעמען זייער הדרכה ווי אזוי צו פירן די שטוב - פון די קונטרסים.


איך שרייב דיר דאס כדי דו זאלסט וויסן וואס דו טוסט; זאלסט נישט טראכטן קיין איין רגע אפצולאזן די הייליגע ארבעט פון מגיה זיין און אויסשטעלן די קונטרסים עס זאל זיין גרייט אין צייט יעדע וואך.


איך האף אז דו וועסט בקרוב ענדיגן די ספרים איש אמונות פון שנת תש"פ, דאס וועט מחזק זיין אזויפיל משפחות; עס איז דא דארט חיזוק פאר אלע נסיונות, פאר אלע איבערגייאכטס.


איך שיק דיר א מעשה פאר די 'קינדער עצתו אמונה', די מעשה פון רבי'ן ווי דער רבי האט געזאגט פאר'ן בעל עגלה: "איך גיי אויף א נייעם וועג, וואס די נייע וועג פירט צום אלטן וועג".


די נייע וועג פירט צוריק צום אלטן וועג


טייערע קינדער, מיר דארפן זיך זייער פרייען אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן; דער רבי ברענגט אונז נאנט צום אייבערשטן, דער רבי האט אזעלכע גוטע וועגן ווי אזוי מיר קענען ווערן גרויסע צדיקים; ווער וויל הערן די וועג פון רבי'ן ווי אזוי צו ווערן א צדיק?


דער הייליגער רבי איז אמאל געפארן אין וועג און אינמיטן האט מען נישט געקענט ווייטער פארן, די וועג איז געווארן אנגעלייגט מיט וועגענער, דער בעל הגעלה האט זיך גוט אויסגעקענט מיט זייטיגע וועגן, ער האט אוועקגעדרייט די פערד זאלן אריין פארן אין וואלד און ער זאגט פאר'ן רבי'ן: "איך נעם א נייעם וועג, אבער באלד וועט איר זען ווי די נייע וועג פירט צוריק צום אלטן וועג".


דער הייליגער רבי איז זייער צופייערט געווארן, דער רבי רופט זיך אן: "דאס טו איך, איך בין אראפ פון וועג, איך האב גענומען א נייעם וועג, אבער די נייע וועג פירט צו די גאר אלטע וועג, די וועג וואס אונזערע עלטערן אברהם אבינו, יצחק אבינו און יעקב אבינו זענען געגאנגען; ביז יעצט איז געווען א וועג פון תעניתים און סיגופים, ווער עס האט געוואלט זיין א צדיק האט גענומען די וועג פון טון שווערע עבודות, פאסטן און זיך פייניגן, אבער יעצט, זאגט דער רבי, האב איך א נייעם וועג, א וועג פון התבודדות און תפילה; ווער עס וויל זיין א צדיק דארף שוין נישט פאסטן, דורך התבודדות און תפילה קען מען ווערן א גרויסער צדיק".


אלע קינדער ווייסן שוין יעצט ווי אזוי מען ווערט א צדיק; אז מען רעדט אסאך צום אייבערשטן, מען גייט התבודדות, מען גייט אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, מען רעדט צום אייבערשטן אין די שפראך וואס מען איז געוואוינט צו רעדן, מען בעט אים: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין אן ערליכער איד, הייליגער באשעפער, איך וויל זיין א צדיק", אזוי איז מען זוכה צו ווערן א צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#8 - מ'דארף אכטונג געבן וואס די קינדער ליינען
קינדער, חינוך הילדים, מאגאזינען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן, אמסטערדאם, אויפ'ן וועג קיין אומאן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אזא שיינע ארבעט שטעלסטו אהער, די 'עצתו אמונה' פאר קינדער - איז הערליך שיין, עס ווערט שענער און שענער; איך האף אז דאס וועט מיט די צייט ווערן וועכנטליך א גאנצע קונטרס, א קונטרס ספעציעל פאר קינדער.


מיר דארפן אכטונג געבן אויף אונזערע קינדער - וואס זיי ליינען; ליינען קען זיין זייער שעדליך, גיי ווייס ווער עס זענען די שרייבערס פון די אלע קינדער מאגאזינען, מיר דארפן היטן אונזערע קינדער.


די מוסדות ווערן גרעסער און גרעסער, מיר האבן היינט שוין אין דריי שטעט מוסדות היכל הקודש; אין וויליאמסבורג - א חדר און א סקול, אין ליבערטי אין שטעטל - א חדר און א סקול, און אין קרית יואל האבן מיר א חדר; איך האף צו עפענען בקרוב אין .... דארפן מיר היטן די קינדער זיי זאלן ליינען נאר ריין אמונה, ריין יראת שמים; אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיך גֶעטוּן" און רבי נתן שרייבט (שם): וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא, דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער.


זע אז די בילדער זאלן זיין שיין, קלאר און גרויס; איך וויל זען יעדע בילד פאר דו דרוקסט דאס.

#7 - וויפיל מיר וועלן נאר טון פאר'ן רבי'ן, איז דאס נישט גענוג באצאלט
צדקה, מוסדות, מאגאזינען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, י' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די מוסד אזוי געטריי; וויפיל מיר וועלן נאר טון פאר'ן רבי'ן - וועלן מיר נישט קענען באצאלן אויף וואס מיר האבן באקומען פון רבי'ן.


בנוגע דעם קרן וואס דו ווילסט מאכן; עס זאל זיין א פלאץ וואו אינגעלייט לייגן אריין געלט און מען אינוועסטירט עס וכו' וכו' און די רווחים וועט גיין פאר די ישיבה; איך האב עס איבערגעטראכט, איך וויל נישט האבן מיט דעם.


בנוגע לייגן בילדער אין די מאגאזינען; דאס וואס איך האב דיר געגעבן רשות איז נאר ווייל (חסר); יעצט הער איך אז דו נעמסט צאם געלט, וויל איך דיר בעטן, פון היינט און ווייטער שטיי ווייט פון דעם, איך וויל נישט ליגן אין זייער בית הקברות; איך האב א חלקה פאר מיר וואו איך וויל ליגן.


 

#6 - איך וויל נישט האבן קיין שייכות מיט צייטונגען און מאגאזינען
הפצה, מאגאזינען, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, י' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


געב איבער פאר אלע מיינע תלמידים, זיי זאלן נישט טון קיין נארישקייטן; געבן געלט אריינצולייגן בילדער פון אונזערע אקטיוויטעטן. איך וויל נישט האבן קיין שייכות מיט צייטונגען און מאגאזינען, איך עקל זיך פון זיי, איך וויל נישט ליגן אין זייער "בית הקברות".


עס טוט מיר וויי אז נאך אזויפיל זיצן אין ישיבה, נאך אזויפיל הערן דרשות - לויפט מען נאכאלץ צו די זאכן.


מיר איז א בושה צו זיין אין די צייטונג און מאגאזינען; יעדע דאלער וואס מען געבט פאר דעם איז בל תשחית, ענדערש זאלסטו קאמפיינען צווישן אנשי שלומינו מען זאל דרוקן "אשר בנחל", "עצתו אמונה".


איך וויל נישט האבן קיין שייכות מיט דעם.


 


 

#5 - אנשטאט ליינען צייטונגען און מאגאזינען זאל מען ליינען חיזוק פון רבי'ן
בריוו, עצתו אמונה, מאגאזינען, ספרי ברסלב, גליון, נייעס, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בין געווען יום הקדוש אין שטעטל אין קרית ברסלב. עס איז געווען א הערליכע יום טוב, אסאך תלמידים זענען ארויסגעקומען, מען האט זיך אריינגעשטופט ביי די משפחות. די משפחות וואס וואוינען אין שטעטל האבן אריינגענומען די געסט בסבר פנים יפות.


מוצאי יום הקדוש בין איך געווען טרוד מיט א שידוך, א בחור - א תלמיד פון ישיבה, מיט א מיידל - א תלמידה פון בית פיגא; איך בין הערשט אנגעקומען אהיים מיט מיין משפחה פארטאגס, נאך פיר אזייגער. היינט אגאנצן טאג בין איך געווען פארנומען מיט שרייבן בריוון.


איך בעט דיר אויב עס איז נאך שייך זאלסט צאמנעמען אלע בריוון און דאס אפדרוקן נאך בעפאר יום טוב סוכות, אויב מעגליך עס זאל זיין גרייט ביים שיעור ליל שישי; איך וויל די אינגעלייט זאלן דאס אהיים טראגן אז די ווייבער זאלן דאס ליינען. אנשטאט ליינען צייטונגען און מאגאזינען וואס פאר'תמ'ען דעם קאפ זאל מען ליינען חיזוק פון רבי'ן, שכל פון רבי'ן און עצות פון רבי'ן; דאס איז ביי מיר דאס וויכטיגסטע זאך, דו זאלסט צושטעלן ליינען ערליכע זאכן פאר אנשי שלומינו.


צוביסלעך הער איך צוריק פון די משפחות אין די קהילה אז זיי נעמען מער נישט אריין קיין שום צייטונג און מאגאזין אין שטוב; אנשטאט די צייטונג ליינט מען עצתו אמונה מיט די גליונות און שיחות, און בעיקר נעמט מען דעם ספר תהלים וכו'.

#4 - הלואי זאל מען מאכן ווי מער גליונות צו ליינען
מאגאזינען, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא ב', י"א סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך הער זאגן פון אנדערע אז דו טראכסט פון מאכן א גליון יעדע וואך, וויל איך דיר וואונטשן הצלחה וברכה; יְהִי רָצוֹן שֶׁתִּשְׁרֶה שְׁכִינָה בְּמַעֲשֵׂה יְדֵיכֶם.


ביז דערווייל האלטן מיר ביי צוויי גליונות וועכנטליך, הלואי זאל זיין וואס מער צו ליינען; מיר האבן א נייע דור אינגעלייט און ווייבלעך, בחורים און מיידלעך וואס נעמען נישט אריין אין שטוב און ליינען נישט קיין שום מאגעזין, נישט קיין גוי'שע און אויך נישט קיין אידישע, אפילו די וואס קוקן אויס כלומר'יש קלוג און אינהאלטספול וכו'; ממילא דארפן מיר צושטעלן פאר זיי וואס צו ליינען.


איך שיק דיר אפגעשריבן די שיעור אין ספורי מעשיות פון יום טוב שבועות; האברך היקר ... נרו יאיר שרייבט אפ וועכנטליך די שיעורים, איז כדאי צו נעמען פון דעם אביסל פאר די גליון.


אז מען מאכט א גליון דארף עס זיין שיין, רייך, אן קיין גרייזן און אויך צייטליך.


איך בין דיר גרייט צו העלפן סיי מיט שרייבן, סיי מיט חומר און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - זיך שטארקן מיט תורה און תפלה, די גרויסקייט פון מוהרא"ש'ס ציון
מקוה, יבנאל, מוהרא"ש, לימוד התורה, מאגאזינען, צייטונגען, ארץ ישראל, ירושלים, קאראנע וויירוס, ספירה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים תלמידי היכל הקודש בירושלים.


"רַבּוֹת מַחֲשָׁבוֹת בְּלֶב אִישׁ (משלי יט, כא)", א מענטש טראכט און מאכט פלענער אבער דער אייבערשטער פירט די וועלט. מיר האבן געהאט אין פלאן צו זיין די וואך מיט די ישיבה אין ארץ ישראל; זייט מוהרא"ש איז נסתלק געווארן פאר איך מיט די עלטערע בחורים יעדעס יאר אויף א נסיעה קיין ארץ ישראל, מיר זענען געווענליך א וואך צייט אין יבנאל עיר ברסלב, היי יאר איז אויך געווען אין פלאן צו קומען קיין ארץ ישראל אבער דער אייבערשטער האט זיך באוויזן פאר די גאנצע וועלט; אלע לענדער אן קיין אויסנאם זעען דעם 'יד השם', אז עס איז דא א 'מנהיג לבירה', עס איז דא א פירער וואס פירט אלעס און מען קען גארנישט טון אן אים, עס העלפט נישט קיין שטארקייט, עס נוצט נישט קיין טעכנעלאגיע, קיין פארגעשריטנקייט און אויך נישט קיין געלט, איין זאך העלפט, אז מען דאווענט און מען בעט דעם אייבערשטן, נאר דאס העלפט.


איך בענק זיך שוין זייער צו ענק, צו יעדן פון אייך באזונדער און נאך מער בענק איך זיך צום הייליגן ציון פון מוהרא"ש; איך ווארט שוין צו קענען גיין אביסל מתפלל זיין ביי דעם הייליגן פלאץ און זוכה זיין צו תשובה.


איך ווייס נישט צי איר אלע ווייסן פון דעם פלאץ און איבער דאס הייליגקייט פון דעם פלאץ, עס איז נישט פשוט וואס מען שפירט דארט ביי דעם הייליגן פלאץ; מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה (צוואת מוהרא"ש, סימן ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה", אזוי ווי ווען איך האב געלעבט זענען דורך מיר נתעורר געווארן מענטשן תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאִי אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה", אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועק גיין פון דער וועלט, ווען מען וועט קומען צו מיין קבר, וועט מען אויך נתעורר ווערן צו תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ, וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם, וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם", און איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן פאר דעם מענטש וואס איז געקומען צו מיר - א ישועה.


דאס זעט מען ממש במציאות; ווען מען קומט קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש כאפט אן פאר'ן מענטש א מורא'דיגע התעוררות תשובה צו טון. אדרבה, פרובירט דאס אויס; פאר אייך ירושלימ'ער אידן איז דאס גרינגער צו טון ווי פאר אונז אמעריקאנער אידן; עס קען זיין אז פון איין זייט איז דאס שווערער פאר ירושלימ'ער, ווייל אין ירושלים זענען דא אסאך לצים השם ישמרינו, אבער איך פארשטיי פון אייך אז צווישן אייך - אין חבורת היכל הקודש ירושלים - איז נישט דא קיין לצנות, מען לעבט מיט תמימות ופשיטות, אזוי ווי דער הייליגער תם פלעגט שטענדיג זאגן (סיפורי מעשיות, מעשה ט' - מחכם ותם): "נאר אן לצנות", איז דאך פאר אייך גרינגער זיך אריבער צו כאפן קיין יבנאל, ביי דעם מקום קדוש.


איך האף בקרוב צו קענען קומען קיין ארץ ישראל וואו מיר וועלן זיך מחזק זיין אינאיינעם מיט די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך האב געהערט די גוטע נייעס אז די מדינה של גיהנום לאזט שוין גיין אין מקוה און מען לאזט שוין דאווענען מיט מנין, זאלט איר זיין שטארק מיט מקוה; בפרט יעצט בימי הספירה זאגט דער רבי אז מען דארף מער מקפיד זיין אויף טבילת עזרא (ספר המדות, אות ספירת העומר, חלק ב', סימן ב): "בְּיוֹתֵר צָרִיךְ לְהִזָּהֵר לִטְבֹּל לְקִרְיוֹ בִּימֵי עֹמֶר".


בכלל איז מקוה געווען ביים רבי'ן די ערשטע זאך; דער רבי האט געזאגט: "דאס ערשטע איז מקוה (שיחות הר"ן, סימן קמא)"; ווען מען וויל מתקן זיין וואס מען האט פוגם געווען בכלליות און בפרטיות אין פגם הברית איז די ערשטע זאך 'מקוה'. נאך זאגט דער הייליגער רבי (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה איז מען מבטל אלע צרות און מען איז זוכה צו א ישועה; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", אז מען גייט אין מקוה נעמט מען אוועק אלע דינים.


שטארקט אייך יעדער איינער פון אייך מיט אייערע שיעורים כסדרן, יעדער זאל לערנען אויף זיין וועג, אחד המרבה ואחד הממעיט, דער עיקר זאל מען לערנען יעדן טאג אביסל פון די פיר לימודים: מקרא, משנה, גמרא און מדרש, ווייל די פיר לימודים זענען קעגן די פיר וועלטן עשיה, יצירה, בריאה און אצילות, ווען מען לערנט די פיר לימודים ברענגט מען אויף זיך אזעלכע ליכטיגקייטן וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן. אפילו אין אנהייב וועט זיין שווער די לימודים, קען זיין מען וועט נישט פארשטיין אלעס, זאלט איר אבער נישט קוקן אויף דעם, זייטס ממשיך מיט'ן גורס זיין, זאגט די הייליגע ווערטער - ביז דער אייבערשטער וועט העלפן איר וועט זוכה זיין צו פארשטיין די הייליגע תורה.


איך וויל אייך בעטן א פריוואטע טובה, יעצט פסח איז געווען א באשרייבונג פון די ישיבה אין איינע פון די ארץ ישראל'דיגע מאגאזינען; איר ווייסט דאך אלע אז איך וויל נישט האבן קיין שייכות מיט קיין שום מאגאזין, אלע מיינע תלמידים ווייסן דאס און שטייען אוועק פון דעם ווי מען שטייט אוועק פון גרף של רעי. איך האף אז דאס איז נישט געווען פון איינער פון אייער חבורה; איך בעט אייך שטייט אוועק פון דעם, דאס ברענגט נישט קיין כבוד, דאס ברענגט נישט גארנישט. מיר האבן אונזער וועג פון הפצה, דאס איז דורך פארשפרייטן די ספרים, קונטרסים און דיסקים וכו'. אונזער זאך איז תורה ותפילה; איך זוך נישט צו האבן מיט זיי און איך וויל נישט האבן מיט זיי צו טון, איך נעם נישט אריין ביי מיר אין שטוב קיין שום מאגאזין און קיין שום צייטונג, נישט קיין גוי'שע און זיכער נישט קיין אידישע.


פון די אידישע צייטונגען און מאגאזינען דארף מען מער אנטלויפן ווי פון די גוי'שע, ווייל ווען מען ליינט גוי'שע צייטונגען ליינט מען נאר די נייעס, מען נעמט נישט אן קיין שום אנדערע זאך, מען ליינט נישט די השקפות פאר'ן לעבן ווייל מען ווייסט אז דאס איז חזיר טריף, אבער ווען מען ליינט די אידישע צייטונגען און מאגאזינען כאפט מען נישט וואס מען נעמט אריין אין זיך, מען ליינט זיך אן מיט פארדרייטע זאכן אומוואוסנדיג.


שטארקט אייך טייערע ברידער מיט תורה ותפילה; אפילו יעצט ווען מענטשן זענען פארלוירן וועגן די קורונה טאר מען זיך נישט פארלירן. מען זיצט אין שטוב מיט די קינדער שוין אפאר וואכן, דארף מען זיין א העלד און מחזק זיין די ווייב און קינדער, נישט ארום גיין מיט אן אראפגעלאזטן נאז, מען דארף זיך פרייליך מאכן.


א פרייליכן שבת און א גוטן חודש.

#2 - איך וויל נישט האבן שייכות מיט צייטונגען און מאגאזינען
פחדים, חינוך הילדים, אומאן, ישיבה, מאגאזינען, גמרא, צייטונגען, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר טהרה, כ"ה ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב בכלל נישט גערעדט מיט זיי וועגן די גאנצע באשרייבונג; זיי לויפן מיר שוין נאך א לאנגע צייט אז זיי ווילן מאכן אן אינטערוויו מיט מיר אדער מיט איינעם פון די קהילה, איך האב זיי אלעמאל איגנארירט, איך וויל נישט האבן צו טון מיט זיי און מיט קיין שום מאגאזין. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געזאגט איך זאל שטיין ווייט פון צייטונגען און מאגאזינען און קיינמאל נישט רעדן מיט זיי.


דאס וואס זיי שרייבן בשמי אז מען זאל נישט ברענגען קינדער קיין אומאן אויף ראש השנה - איז נישט אמת; מיר אלע ברענגען די קינדער קיין אומאן אלע יארן אויף ראש השנה. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיךְ גֶעטוּן", וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא, דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער; אז מיר זאלן צואוויסן טון פאר אונזערע קינדער אז עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס פארשטייט יעדן איד, און ווער עס פאלגט זיינע עצות קען זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק און א גרויסער בעל מדריגה; אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, און אפילו א צדיק גמור א גאנץ לעבן - אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן און טון אלעס וואס איך הייס וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק - זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.


איך בין נישט געווען אין ישיבה פאר צוויי וואכן, איך בין געווען אין שטעטל; יעצט האב איך געזען דיין בריוו וואו דו פרעגסט ווי אזוי מען כשר'ט דעם קאך לכבוד פסח, איך האף אז דו האסט געהאט א פרייליכע יום טוב.


אז דו וועסט לערנען יעדן טאג דיינע שיעורים וועסטו נישט מורא האבן פון קיין שום זאך, די נייעס וועט דיר נישט דערשרעקן; אזוי ווי רבי נתן האט געזאט ווען מען פלעגט אים פרעגן ווי אזוי ער האט די כוחות צו זיין שטארק ווען אלע קריגן אויף אים, פלעגט ער זאגן: "דער רבי האט מיר געגעבן אזויפיל שיעורים צו לערנען אז איך האב נישט קיין צייט צו הערן וואס מען רעדט אויף מיר און וואס מען דערשרעקט מיר".


איך דערמאן זיך יעצט, ווען איך האב געעפנט די ישיבה און עס איז אריבער אויף מיר שווערע זמנים פון די וואס האבן געוואלט פארמאכן די ישיבה, האב איך דעמאלט געלערנט זייער אסאך משניות און גמרא, איך פלעג לערנען יעדן טאג א סדר משניות נאר צוליב דעם, אז איך זאל נישט ווערן אפגעשוואכט פון די אלע שוועריקייטן.


דאס זאלסטו טון; אנשטאט זיצן מיט'ן טעבלעט און קוקן וואס יעדער גאווערנאר זאגט און וואס יעדע פאליטישן ווארנט - נעם ענדערש די הייליגע גמרא און זאג א בלאט נאך א בלאט, וועט ביי דיר מקוים ווערן: "שֶׁשַׂמְתָּ חֶלְקֵנוּ מִיּוֹשְׁבֵי בֵּית הַמִּדְרָשׁ וְלֹא שַׂמְתָּ חֶלְקֵנוּ מִיּוֹשְׁבֵי קְרָנוֹ"ת", דו וועסט נישט האבן מיט קאראנע און נישט באקומען די קאראנע, ובעיקר וועסטו ניצול ווערן פון די שרעק און דמיונות פון די קאראנע וכו', וכו'.


וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין מגע ומשא מיט קיין שום צייטונג און מאגאזין, ער נעמט זיין שכל און ער לופטערט זיך אויס מיט די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - נישט ליינען קיין מאגאזינען
צדיקים, מאגאזינען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אויף וואס דו שרייבסט מיר אז דו פאלגסט מוהרא"ש זכרונו לברכה, דו ליינסט נישט קיין שום מאגעזין, נישט קיין חילוק היימישע, נישט היימישע, אדער להבדיל גוי'שע; דו נעמסט עס נישט אריין אין דיינע הענט.


וואויל איז דעם וואס האט א צדיק און פאלגט אים מיט יעדע זאך, בפרט מיט זאכן וואס האט צו טון מיט יסודות אין לעבן, יסודות אין אידישקייט, און ליינט נישט קיין שום צייטונג און קיין שום מאגעזין; אזוי וועט ער זיין צוגעקלעבט זיין גאנץ לעבן צום אייבערשטן.


דורכאויס שבת ווען דו האסט צייט זאלסטו אדער זאגן תהילים, אדער ליין אשר בנחל, די שיינע בריוו וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן אונז צו מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.