בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מאוויס פאר'סמ'ט דעם מענטש, מאוויס הרג'עט
אמונה, משניות, מאוויס, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קוק נישט קיין מאוויס, ווארף ארויס פון שטוב די כלים טמאים, מאוויס ברענט אויס די מח, מאוויס פאר'סמ'ט דעם מענטש, מאוויס הרג'עט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמב), עס איז דא א קליפה וואס ווערט אנגערופן 'אריך אנפין', וואו מען קוקט נאר זעט מען שמוץ און ניאוף, דאס איז די קליפה פון קוקן מאוויס, וואס ווער עס פאלט אריין אין דעם איז אין א גרויסע סכנה, מען ווערט משוגע, מען פארלירט די מח. אזוי ווי די פסוק זאגט (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", דו וועסט משוגע ווערן פון וואס דו וועסט זען, און מוהרא"ש זאגט דאס מיינט מען קוקן מאוויס פון עבירות, די קליפס וואס מען זעט עבירות, דער וואס קוקט אין דעם ווערט משוגע.


איך בעט דיר נאכאמאל, ווארף אוועק די כלים אויף וואס דו קוקסט עבירות - וועסטו מער נישט ליידן פון די אלע גייסטישע צרות. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לו), מערסטנס פון די גייסטישע קרענק - קומט פון תאוות ניאוף, פון זיך מפקיר זיין די אויגן רחמנא לצלן; דורך קוקן עבירות פארלירט מען די אמונה, און אז מען האט נישט קיין אמונה - ווערט מען משוגע; בעט איך דיר - קוק נישט קיין עבירות, לייג א שטארקע פילטער אויף דיין טעלעפאן.


אויך זאלסטו זאגן משניות, ווייל די אלע וואס זענען נעבעך אראפגעפאלן אין עבירות רחמנא לצלן, אין גיהנום פון פגם הברית - קען משניות זיי ראטעווען און ארויסנעמען פון גיהנום. ווייל עס ווערט געברענגט (מדרש תלפיות אות אל"ף, סוף ענף "אפוד") אז אשר בן יעקב זיצט ביים טויער פונעם גיהנום און לאזט נישט אריין די אלע וואס האבן געלערנט אסאך משניות; אזוי אויך די וואס זענען שוין אנגעקומען אין גיהנום, בזכות לימוד משניות גייט מען ארויס פון גיהנום, דאס מיינט מען אויך די גיהנום פון די וועלט, פון טון עבירות רחמנא לצלן, און דאס וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן א), מען קען נישט מכניע זיין דעם יצר הרע וואס מאכט משוגע דעם מענטש צו טון עבירות, נאר דורך לערנען תורה, דער רבי זאגט אז די תורה איז ווי א שטעקן, די תורה איז ווי די אות ו', דאס מיינט מען ו' סדרי משנה, מיט די משניות שלאגט מען די רוח שטות און מען ווערט נארמאל, מען ווערט אויסגעהיילט פון אלע גייסטישע פראבלעמען.


קומענדיגע וואך פרשת עקב וויל איך דו זאלסט נעמען א טייל אין די יערליכע קאמפיין וואס מיר נעמען צוזאמען צדקה פאר די מוסדות, איך וויל דו זאלסט זיין א חלק פון די קאמפיין, נישט שטיין פון דער זייט, אלע דארפן ברענגען צדקה, סיי די מענער און סיי די פרויען, אלע זאלן רופן באקאנטע אן קיין בושה, דאס טוט ראטעווען פון הרהורי ניאוף, צדקה טוט ראטעווען פון די תאוה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.