בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
א שאד אז דו ליינסט נישט די וועכנטליכע קונטרסים "עצתו אמונה", די בריוו זענען איין שטיק התחזקות אויף אמונה, שמחה, התבודדות, און אלע עצות פון רבי'ן.
א שאד, וואלסט דאך באקומען אזעלכע חיזוק, די טאג וואלט דיר גאר אנדערש געווען, בפרט אז דו ביסט א מלמד ביי אונז אין תלמוד תורה; די עלטערן שיקן דא ווייל זיי ווילן די מלמדים זאלן משפיע זיין פון רבי'ן, און נאר אז מען לערנט פון רבי'ן קען מען משפיע זיין פון רבי'ן, ווייל וואס מען לייגט אריין – דאס קומט ארויס.
איך זע אז מען קען זיך דרייען אין היכל הקודש, און נאכאלץ דארף מען האבן די זכי' צו לערנען דעם רבינ'ס ספרים.
ברודער זיסער, ברודער הארציגער, באניי זיך, הייב אן פונדאסניי, מאך זיך א שיעור אין די קונטרסים עצתו אמונה, לערן דאס, זאג ארויס די ווערטער מיט א זיסקייט, זאג עס הויך אז דו זאלסט עס דערהערן, וועסטו לעבן א חיים טובים, ווייל מיטן צדיק איז די לעבן זיס און געשמאק, צוקערדיג און האניגדיג.