בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מאך א תהלים סיום פאר דיין קינד, ווי אזוי אויסצולערנען עברי
חינוך הילדים, תהלים, סיום, עברי, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי זאלט איר מאכן א סיום פאר אייער קינד וואס האט געענדיגט תהילים; דאס וועט אויפבויען זיין חשק און רצון ווייטער צו זאגן תהילים. עס האט נישט צו טון צי ער האט ארויסגעזאגט יעדעס ווארט אדער נישט, צי ער האט געזאגט דעם גאנצן תהילים אדער אויסגעלאזט וכו', דער סיום וועט אים אויפבויען ער זאל באקומען זעלבסטזיכערקייט.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן, אמאל האט פאסירט ביים גאון רבי חיים וואלאזשינער זכרונו לברכה, ער האט געהאלטן אינמיטן לערנען און עס איז אריינגעקומען א פשוט'ער איד - א געשעפטסמאן, און רבי חיים האט זיך אויפגעשטעלט פאר אים מלא קומתו! שפעטער האבן די תלמידים אים געפרעגט היתכן ער האט זיך אויפגעשטעלט פאר א פשוט'ע איד, עס איז דאך נישט קיין כבוד התורה, האט ער זיי געענטפערט אז דער איד האט שוין מסיים געווען גאנץ ש"ס, האבן זיך די תלמידים צולאכט... ווי געזאגט 'וואס האט שוין זיין ש"ס בכלל א חשיבות, ער איז דאך בכלל נישט קיין למדן בכלל', האט זיי רבי חיים געזאגט: "לאכט נישט! איר ווייסט דאך אז עס איז דא אן אלטע ש"ס 'דפוס זאלצבאך' וואס איז פול מיט טעותים, עס פעלט גאנצע שירות גמרא; שפעטער האט מען געדרוקט א נייע ש"ס 'דפוס אמסטערדאם' וואו מען האט פארראכטן אלע גרייזן און אלעס וואס פעלט, מען האט אויך צוגעלייגט הגהות פון גדולים; מען קען נישט זאגן אויף ש"ס זאלצבאך אז דאס איז נישט קיין ש"ס, עס איז זיכער א ש"ס, נאר א ש"ס מיט גרייזן, אזוי אויך איז מיט דעם פשוט'ן איד, ער האט געענדיגט ש"ס, נאר וואס דען? עס האט טעותים, ער פארשטייט נישט אלעס - איז ער נישט ערגער פון ש"ס זאלצבאך".


זאלט איר זיכער מאכן אן עסק פון אייער זון וואס גייט ענדיגן תהלים וואס ער האט געזאגט מיט גרייזן און חסירות, דאס וועט אים אויפבויען א חשק צו גיין ווייטער.


אויף די צווייטע פראגע, ווי אזוי מען קען אים פאררעכטן ער זאל זיך אויסלערנען גוט עברי; מאכט א פראגראם ער זאל וועלן זאגן עברי. עס זענען דא ספעציעלע ספרים אויסצולערנען קינדער זאגן עברי; מאכט דאס פריוואט כדי ער זאל נישט פארשעמט ווערן. אויך ווען איר טייטלט אויפ'ן ווארט און ער זאגט נישט גוט דארפט איר נישט זאגן: "נישט גוט", נאר בלייבט מיט'ן פינגער אויפ'ן ווארט וועט ער וויסן אז ער דארף טראכטן און צולייגן קאפ צו וואס ער זאגט, אז ער זאל ארויסזאגן גוט דאס ווארט. און ווען ער זאגט גוט דאס ווארט זאלט איר אים זאגן הויך מיט א שמייכל: "א מחיה!" און אז ער הייבט אן א ווארט האלבוועגס גוט און אינמיטן לויפט ער צום קומענדיגן ווארט און זאגט נישט גוט, זאלט איר איבערזאגן די חלק ווארט וואס ער האט גוט געזאגט און בלייבן שטיל, וועט ער פארשטיין אז ער דארף דאס איבערזאגן.


בעטס דעם אייבערשטן אויף יעדן קינד באזונדער אז אלע זאלן זיין ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.