בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת וילך - תשובה, ה' תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'.
יעצט ווען מיר גייען אריין אינעם ערשטן שבת פון דעם נייעם יאר זאלט איר זען מיט אלע אייערע כוחות צו זיין פרייליך, ווייל די גאנצע שטוב איז אנגעהאנגען אין אייער מוט; אויב די מאמע איז פרייליך און רואיג זענען אלע קינדער פרייליך, און אז די מאמע איז אנגעצויגן וכו', זי שרייט וכו' - דעמאלט האבן אלע קינדער א צעשטערטן שבת, זאלט איר פרובירן מיט אלע כוחות זיין פרייליך.
פרייליך קען מען נאר זיין אויב מען וויל גארנישט, נאר מען איז איבערגעגעבן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פב): "זֶה שֶׁאָנוּ רוֹאִים שֶׁלִּפְעָמִים הוֹלֵךְ לְהָאָדָם שֶׁלֹּא כְּסֵדֶר", דאס וואס מען זעט אמאל ביי זיך אז אלעס גייט פארקערט ווי מען וויל, "שֶׁאוֹמֵר: 'אֲנָּא אֶמְלֹךְ', בָּזֶה הוּא מְחַלֵּק וּמַפְרִיד אוֹתָהּ מֵהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דאס קומט צוליב דעם וואס דער מענטש זאגט: 'איך וויל', וואס מיט דעם טיילט ער זיך אפ פונעם אייבערשטן, "וּכְשֶׁהוּא מְחַלֵּק אֶת מַלְכוּת לְעַצְמוֹ, אֲזַי הוֹלֵךְ לוֹ שֶׁלֹּא כְּסֵדֶר", און איינמאל א מענטש טיילט זיך אפ פונעם אייבערשטן גייט אלעס פארקערט ווי ער וויל; דערפאר, אז איר וועט אריין נעמען אין זיך דעם כלל: 'ווי אזוי דער אייבערשטער וויל - בין איך צופרידן', וועט אייך אלעס גיין ווי אזוי איר ווילט.
גייטס נישט אנגעטון מיט קורצע און שמאלע קליידער; לכבוד דעם נייעם יאר ווארפטס אוועק אלע נישט צניעות'דיגע קליידער, וועט דער אייבערשטער אייך געבן א געבענטשטע יאר. אויך זאלט איר זיך בארעכענען אז עס קומט יום כיפור ווען דער אייבערשטער איז אונז מוחל אלע עבירות, איז כדאי איר זאלט אראפ נעמען אייער האר, וועט איר זוכה זיין צו די ברכות פון רבי שמעון בר יוחאי וואס ער זאגט צו אלע ברכות פאר א פרוי וואס נעמט אראפ די האר (עיין זוהר הקדוש, פרשת נשא, דף קכה:).
א גאנץ שבת זאלט איר טאנצן מיט אייערע קינדער: "אה מחי' שבת, אה מחי' שבת, א מחי' אונז היטן שבת"; דורכדעם וועט איר ממשיך זיין אין שטוב די שכינה הקדושה און זוכה זיין צו אלע ברכות.
א גוט שבת.
א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.