בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א מאמע דארף ספעציעל זיין געווארנט נישט צו קוקן שלעכטע זאכן
קינדער, חיזוק פאר פרויען, רפואה, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס; דער אייבערשטער זאל העלפן די אלע חדשים זאלן אריבערגיין גרינג.


די חדשים וואס מען ווארט למזל טוב דארף מען מער אכטונג געבן וואס מען קוקט און וואו מען גייט. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי חגיגה ב, א) דער תנא אלישע בן אבויה איז אוועק געפאלן, ער איז געווארן אן אפיקורס, א מחלל שבת, ווייל פאר ער איז געבוירן געווארן, ווען זיין מאמע האט אים געווארט – פלעגט זי זיך דרייען אין נישט גוטע פלעצער, זי פלעגט גיין ביי גוי'שע פלעצער און הנאה האבן פון זייערע מסיבות, זי פלעגט שמעקן די רויך פון זייערע פארטיס, "וְהָיָה אוֹתוֹ הָרֵיחַ מְפַעְפֵּעַ בְּגוּפָהּ כְּאֵירְסָהּ שֶׁל חַכִינָה", דאס איז אריין אין איר און האט פארגיפטעט דאס קינד. יארן שפעטער, נאכדעם וואס ער איז שוין געווען א תנא, ער איז געווען דער רבי פון דעם הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס - האט זיך אויפגעוועקט די באהאלטענע גיפט און דאס האט גורם געווען ער זאל אזוי אוועקפאלן.


היינטיגע צייטן ווען מען קען זיצן ביי זיך אין שטוב און מען קען קוקן און מיט האלטן וואס טוט זיך ביי גוים, דארף מען זיין געווארנט נישט צו קוקן די אלע זאכן, ובפרט אין די חדשים.


אין די חדשים דארף מען בעטן דעם אייבערשטן אלעס זאל אריבערגיין בשלום; ווען איר האט צייט זאלט איר זאגן תהילים, וועט אריינגיין א הייליגקייט אין די קינדער.


די הייליגע חכמים דערציילן (ירושלמי יבמות א, ו) די מאמע פון רבי יהושע בן חנני' פלעגט אים ברענגען אינעם וויגל און לייגן אין בית המדרש עס זאל אריינגיין אין אים - פון ווען ער איז נאך א פיצל קינד - די הייליגקייט פון תורה.