בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מאן און ווייב דארפן זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תהלים, רעדן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב אייך שוין געשריבן און געזאגט מערערע מאל, אויב איז דא זאכן וואס שטערט אייך פון אייער מאן - דארפט איר דאס אויסשמועסן מיט אים. מאן און ווייב זענען שותפים אין לעבן; ביי שותפות דארף מען זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן.


עס זענען דא וואס האלטן זיך צוריק פון רעדן און זיין אפן ווען עפעס באדערט מיט די טענה אז נאכן רעדן ווערט צעשטערט די רואיגקייט, מען ווערט אביסל אנטוישט איינער אויפ'ן צווייטן; דאס איז נישט גערעכט, ווייל אזוי ווי ווען מען האט אן אינפעקשן גייט מען צום דאקטער, דער דאקטער פלאצט אויף דעם וואונד, עס רינט ארויס די אייטער און בלוט; עס זעט אויס שרעקעדיג, עס איז נישט בא'טעמ'ט - אבער דאס איז די רפואה, אז די אייטער און שמוץ זאל ארויסגיין. וועט איינער זאגן: "איך גיי נישט צום דאקטער, איך וויל נישט זען די אייטער און בלוט"? וועט איינער טראכטן נישט אויפצועפענען די וואונד ווייל עס טוט וויי? מען קען דאך אינגאנצן פאר'סמ'ט ווערן השם ישמרינו! אזוי איז ביי מאן און ווייב, מען מוז עפענען דעם וואונד, אפילו עס טוט וויי.


אז מען האט זאכן צו שמועסן דארף מען דאס דורכרעדן און אז מען רעדט עס דורך איינמאל און נאכאמאל, מען זאגט פאר'ן מאן: "דאס טוט מיר וויי, דאס שטערט מיר", און דער מאן ענטפערט: "מיר טוט וויי עפעס אנדערש", - ווייסט מען ווי אזוי אכטונג צו געבן איינער אויפ'ן צווייטן, אבער אז מען רעדט נישט, מען עסט זיך אויף פון אינעווייניג - איז נישט גוט, די גאנצע ליבשאפט גייט אוועק.


נאך א וויכטיגע כלל אין שלום בית; אז דער מאן האט א פארקערטע נאטור פון די ווייב און דאס שטערט פאר די ווייב, צום ביישפיל, אז דער מאן איז א שטייטער און די פרוי איז מער שנעל, מער שארף, און זי ווערט נערוועז פון זיין שטייטקייט - איז דאס איר פראבלעם, נישט זיין פראבלעם; די פרוי האט צוויי ברירות, אדער זיך אויפעסן און חוזק מאכן צו אירע געשוויסטער אדער חבר'טעס פון איר מאן און לעבן יענע סארט לעבן השם ישמרינו, אדער זיך איינבייגן דעם קאפ פאר'ן אייבערשטן, אנערקענען אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט און נישט אלעס מוז זיין ווי איך וויל; זוכן די וועג ווי אזוי זיך צוגעוואוינען לעבן מיט א שטייטע מענטש.


אדער צום ביישפיל, דער מאן איז א נישט מסודר'דיגער און די ווייב איז א פונקטליכע - איז דאס נישט זיין פראבלעם; זי האט א פראבלעם, זי מיינט אז אלע מענטשן דארפן זיין לויט איר פונקטליכקייט, לויט איר ריינקייט וכו'. אנשטאט וויינען אויפ'ן מאן - זאל זי וויינען אויף איר צרה, זי זאל ארויסקריכן פון די וועג וואס זי לעבט אז אלע דארפן זיין אזוי ווי איר.


אבער אז מען ווערט וויי געטון איינער פון צווייטן - דאס מוז ווערן דורכגערעדט, אדער חס ושלום האבן א פחד איינער פון צווייטן - דאס טאר נישט זיין; ווען מען רעכנט זיך נישט מיט'ן צווייטנ'ס געפילן, מען מאכט יענעם אוועק, מען טוט וויי יענעם - דארף מען זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן.


בעטס דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום ביי אייך אין שטוב, זאגט אביסל תהילים יעדן טאג און פלעכטס אריין צווישן די פסוקים אייגענע ווערטער, זאגט ארויס דעם אייבערשטן וואס דרוקט אייך אויפ'ן הארץ - וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.