בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת טהרה, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיינע בריוו.
זיי מיר מוחל אז איך שרייב דיר נישט צוריק; זיי מיר דן לכף זכות, איך קום פשוט נישט אן צו ענטפערן נאר א קליין חלק.
בעזר השם וועלן מיר שוין זיין דאס יאר אינעם בנין החדש אין אומאן וואו מיר וועלן האבן אן אפגעהיטענעם פלאץ פאר אונזערע קינדער.
די פלאץ פונעם נייעם בנין איז אינדרויסן פונעם גאנצן הָא הַא; איך בין געווען פאריאר ערב ראש השנה ביים גיסן דעם פאדאמענט, בשעת מיר זענען דארט געווען האבן מיר געדארפט טראכטן צי מיר זענען אין אומאן, ווייל מען האט נישט געהערט און געזען קיין שום רעש וכו', דארט וועט מען קענען האלטן די קינדער ריין און הייליג.
היות אין היכל הקודש פאלגט מען דעם רבי'ן אן קיין דריידלעך, און אז דער רבי האט געהייסן קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, קומען מיר מיט אונזערע קינדער; אזוי ווי משה רבינו האט געזאגט (שמות י, ט): "בִּנְעָרֵינוּ וּבִזְקֵנֵינוּ נֵלֵךְ, בְּבָנֵינוּ וגו'". איז די פאר טעג פאר ראש השנה וועט זיין געהעריג חדר פאר אלע קינדער, אונזערע קינדער וועלן נישט וויסן וואס "פושקענע" מיינט; מיר וועלן אויפברענגען אונזערע קינדער ריין און הייליג.
זייער גוט אז דו האסט געמאכט דיין טיקעט צוויי טעג פריער אז דו זאלסט קענען מסדר זיין די בעטן וכו' מיט די עסן וכו' אז אלעס זאל זיין על צד היותר טוב; איך האב געבעטן מיין זון ... נרו יאיר ער זאל מיט גיין מיט דיר. נעם מיט נאך אפאר בחורים וואס זאלן דיר העלפן אנגרייטן.
בנוגע וואס דו טראכסט צי איך דארף דיר יא צי נישט וכו'; איך טראכט זייער אסאך מאל צו מיר: ווי אזוי האט דער ליובאוויטשער רבי זכותו יגן עלינו מצליח געווען אויפצושטעלן גענעראלן שלוחים וואס זענען אזוי זעלבסטשטענדיג? זיי האבן נישט געדארפט יעדן טאג דעם בת קול וואס אבא אומנא האט באקומען (עיין מסכת תענית כא:); זיי איז גענוג געווען איינמאל א יאר צו הערן פון זייער רבי איין ווארט: "זאלסט ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עוז"; דאס האט זיי געגעבן כח צו קענען זיצן א גאנץ יאר מיט א ווייב און קינדער פארווארפן אין א שטאט וואו עס געפונען זיך נישט קיין אידן, צומאל אן קיין כשר'ע עסן און זיי האבן זיך אליינס געדארפט באזארגן מיט אלעס. אין אזעלכע אומשטענדן האבן זיי געהאט די אויפגאבע צו זוכן ווי מען קען מזכה זיין א איד מיט מצות תפילין, מזכה זיין א איד מיט שמירת שבת און נאך.
טראכט איך שטענדיג צו מיר: "ווי אזוי קען איך דאס פועל'ן אז מיר תלמידי היכל הקודש זאלן זיין ביי זיך אייזן פעסט, פעלזן פעסט, צו טון אונזער שליחות וואס מיר האבן צו טון; פארשפרייטן די אמונה אויף די גאנצע וועלט אן דעם וואס מען וועט באקומען א גלעט יעדן טאג", ביז דערווייל זע איך אז אויב איך פארגעס איין טאג צו געבן א שמייכל פאר א תלמיד איז ער שוין צעבראכן ביי זיך אויף פיצלעך; ער האט שוין ספיקות צי ער זאל ממשיך זיין מיט זיין עבודת הקודש.
געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט מיר געגעבן אייזערנע כוחות צו טון מיין ארבעט אן דעם וואס איך זאל באקומען דעם בת קול: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבָּא אוּמְנָא"; איך האב געעפענט דעם חדר אסרו חג פסח שנת תש"ע, קיינער האט מיר נישט געזאגט "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבָּא אוּמְנָא", ניטאמאל איין מאל א וואך האב איך באקומען א בת קול ווי אביי וואס פלעגט כאטש באקומען יעדן ערב שבת דעם באגריסונג: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבַּיֵי"; אפשר אויב עס איז געווען א גוטע יאר האב איך זוכה געווען צו באקומען פון מוהרא"ש א בת קול ווי רבא וואס האט באקומען איין מאל א יאר: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ רָבָא".
ווען איך פלעג אריין גיין צו מוהרא"ש יעדן דאנערשטאג נאכט נאכן שיעור האט מוהרא"ש מיר נישט געגלעט וכו'; איך האב געקוקט אויף מוהרא"ש און דאס איז מיר געווען גענוג. איך בין נישט געקומען צו מוהרא"ש ער זאל שמייכלען צו מיר, איך האב נישט געזוכט א רבי וואס זאל מיר ווייזן זיינע ווייסע ציין; איך האב געזוכט א רבי וואס קען מיר העלפן אז איך זאל לעבן מיטן אייבערשטן, און ווען איך האב דאס געטראפן האב איך פארשטאנען אז דאס איז עס, (תהלים קלב, יד): "פֹּה אֵשֵׁב כִּי אִוִּתִיהָ; מיר האבן גלייך געעפענט די ישיבה, חדר, מיידל שולע וכו' וכו' און די וואך האבן מיר געעפענט א כולל - אן דעם וואס איינער זאל מיר ווייזן זיינע ציינער. דאס איז חוץ דעם וואס איך האב באקומען אנדערע קולות, נישט קיין בת קול נאר (שמות לב, יח): "קוֹל עַנּוֹת אָנֹכִי שֹׁמֵעַ", אזוי ווי רש"י זאגט דארט: "קוֹל חֵרוּפִין וְגִדוּפִין וְכוּ'"; דאס האב איך געהאט זיך אנצוהערן אלע יארן מבית ומחוץ.
די אלע וואס זענען מחזק אידישע קינדער זענען פול מיט בלבולים צי מען דארף זיי יא אדער מען דארף זיי נישט; די אלע וואס רעדן דרשות פון אמונה אדער שרייבן ספרים פון אמונה, חיזוק, יראת שמים, זיי ברענגען אריין ריינקייט אין אידישע קינדער, די זענען פול מיט ספיקות: 'ווער דארף מיר?', 'וואס פעלט עס אויס?' 'יעדער ווייסט שוין'; אינטערסאנט איז אבער אז עס קומען ארויס יעדן טאג אלפים טריף פסול און קיינער פון זיי האט נישט קיין שום ספק צי עס פעלט אויס ארויס צו געבן נאך א שמוץ מאגאזין, נאך א מאווי, זיי טראכטן נישט: 'ווער דארף עס?' 'וואס בין איך מחדש?' זעט מען גלייך אז די אלע ספיקות און בלבולים זענען עצת היצר וואס ער וויל מחליש דעת זיין די אלע וואס האבן א כח אויפצוטון און מחזק זיין אידישע קינדער.
שטארק דיר אין מלמדות און אין אלעס וואס דו העלפסט מיר וכו', און שטארק דיין ווייב תחי' זי זאל ווייטער ממשיך זיין מיט די מיידלעך; אז מען טוט פארן רבי'ן באקומט מען צוריק זעק מיט ישועות. ובזכות וואס ענק ביידע העלפן מיר מיט חינוך הבנים והבנות וועט איר זוכה זיין צו (תהילים קכח, ג): "אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פֹּרִיָּה בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ, בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ".
היינט פארטאגס בין איך געווען ביים אוהל אין קווינס ביים ציון פון די ליובאוויטשע רבי'ס זכרונם לברכה וואו איך האב מתפלל געווען פאר דיר.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.