בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מ'דארף ארבעטן צו זיין פרייליך און צופרידן
חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, י"ב אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו געשריבן אין גראמען.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דיין לעבן איז דיר בעסער געווארן זייט דו ביסט אריין געקומען אין 'בית פיגא' - וואו מען לערנט די ריינע אמונה, מען זאל וויסן און געדענקען אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט און אלעס וואס מען דארף זאל מען נאר בעטן פונעם אייבערשטן.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט ארבעטן אויף דיר אויף די מדה פון שמחה; דיינע תפילות זאלן זיין בעיקר אויף צו בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט זיין פרייליך. ווייל א פרייליכע מענטש האט שוין ממילא אלסדינג און א מענטש וואס איז נישט פרייליך וועט קיינמאל נישט זיין צופרידן, וואס ער וועט נאר האבן וועט ער זוכן חסרונות אויף וואס צו קרעכצן.


דעריבער האט אונז מוהרא"ש שטענדיג געזאגט מיר זאלן בעטן אויף שמחה ווייל דער מענטש וואס איז פרייליך קוקט אויף דער וועלט אינגאנצן אנדערש. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אונז (ברכות נח.) אז עס איז געווען א צדיק - דער הייליגער תנא בן זומא – וואס ווען ער פלעגט עסן ברויט פלעגט ער זאגן פאר'ן אייבערשטן: "איך דאנק דיר אייבערשטער פאר'ן באשאפן אזויפיל מענטשן זיי זאלן מיר אנגרייטן ברויט"; ער פלעגט זאגן: "אדם הראשון, ווען ער האט געוואלט עסן ברויט האט ער געדארפט ארבעטן זייער שווער ביז ער האט געקענט האלטן א שטיקל ברויט אין די האנט; ער האט קודם געדארפט אקערן, זייען, נאכדעם האט ער געווארט עס זאל ארויסוואקסן ווייץ און ער האט דאס געדארפט אליינס אפשניידן, ער האט געארבעט שווער צו מאכן בינטלעך פון די תבואה, נאכדעם האט ער גענומען די בינטלעך תבואה און דאס געדרעשט און געווינט-שאוועלט, נאדכעם ווען ער האט שוין געזען די ווייץ קערלעך האט ער עס געדארפט צעמאלן און זופן, ענדליך ווען ער האט שוין געזען מעל פאר די אויגן, נאך אזויפיל ארבעט, האט ער עס געדארפט קנעטן און וועלגערן און אפבאקען - אזויפיל מלאכות האט אדם הראשון געדארפט טון ביז ער האט געקענט האלטן א שטיק ברויט, און איך שטיי אויף אינדערפרי און איך טרעף פערטיגע פיינע ברויט! ישר כח אייבערשטער פאר אזא גוטע און שיינע וועלט וואס דו האסט באשאפן נאר פאר מיר".


אזוי אויך פארציילן אונז די הייליגע חז"ל (ברכות, שם) ווי דער הייליגער תנא בן זומא פלעגט דאנקען דעם אייבערשטן ווען ער האט זיך אנגעטון זיינע קליידער, ער פלעגט זאגן: "קוק ווי גוט דער אייבערשטער איז צו מיר, ער געבט מיר קליידער אנצוטון; וויפיל האט אדם הראשון געדארפט ארבעטן ביז ער האט זיך געמאכט א קלייד... ער האט געדארפט נעמען א שעפעלע און אפשניידן פון איר אביסל וואל, דאס אויסוואשן, אויסקעמען, מאכן דערפון פעדעמער און אויפנייען א קלייד, און איך שטיי אויף אינדערפרי און איך טרעף פערטיגע קליידער, יישר כח אייבערשטער פאר מיין זיסע געשמאקע לעבן!" ער האט געקוקט אויף די לעבן מיט א פאזעטיווע בליק; ווען ער איז געווען אויפ'ן הר הבית און געזען פיל אידן דארט, פלעגט ער זאגן: "יישר כח אייבערשטער אז דו האסט באשאפן אזויפיל מענטש וועלכע זאלן מיר באדינען"; ער האט געקוקט אויף די וועלט מיט א גוט אויג.


דעריבער זאגן אונז די הייליגע חכמים (ברכות נז:): "הָרוֹאֶה בֶּן זוֹמָא בַּחֲלוֹם יְצַפֶּה לְחָכְמָה", ווער עס חלומ'ט זיך ביינאכט פון בן זומא איז א גוטע סימן, דאס איז א סימן אז ער גייט באקומען חכמה; ווייל דאס איז די גרעסטע חכמה - צו קוקן גוט אויפ'ן לעבן, וויסן אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט און ער טוט נאר וואס איז גוט.


דעריבער זאלסטו ארבעטן מיט אלע דיינע כוחות צו קוקן אויפ'ן לעבן מיט א גוטע אויג; יעדע זאך וואס דו האסט דאנק און לויב דעם אייבערשטן דערויף. אנשטאט קרעכצן און וויינען זאלסטו נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


איך שיק דיר דא א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן.


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר אַלֶעס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר; דוּ טוּסְט מִיר חֶסֶד אָן אַ צָאל. וִויפִיל אִיךְ זָאל דִיר דַאנְקֶען אוּן לוֹיבְּן וֶועל אִיךְ נִישְׁט אָנְקוּמֶען דִיר צוּ לוֹיבְּן אוֹיף דִי חֲסָדִים וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר. אָבֶּער אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, הֶעלְף מִיר, דֶער יֵּצֶר הָרָע לָאזְט מִיר נִישְׁט אָפּ, עֶר בְּרֶענְגְט שְׁטֶענְדִיג אַרַיין אִין מִיר עַצְבוּת אוּן מָרָה שְׁחוֹרָה, עֶר מַאכְט מִיר טְרַאכְטְן פוּן אַ צְוֵוייטְן, עֶר מַאכְט מִיר מְקַנֵּא זַיין אַ צְוֵוייטְן, עֶר מַאכְט מִיר נִישְׁט זַיין צוּפְרִידְן; בֶּעט אִיךְ דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זִיךְ קֶענֶען שְׁטַארְקְן אוֹיף אִים אוּן קֶענֶען לֵייגְן מַיין מֹחַ צוּ טְרַאכְטְן נָאר פַּאזֶעטִיוו. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן זֶען דָאס גוּטְס וָואס דוּ טוּסְט מִיט מִיר, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל קוּקְן אוֹיף דִי וֶועלְט מִיט אַ פַּאזֶעטִיוֶוער בְּלִיק, אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ מִיט וָואס אִיךְ הָאבּ אוּן אִיךְ זָאל זַיין צוּפְרִידְן מִיט וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים, וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן אִין זְכוּת פוּן מוֹהֲרָא"שׁ מִבְּרֶסְלֶב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.