בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן
... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, בארא פארק.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך בין זייער שאקירט פון די מעשה וואס דו שרייבסט; פון איין זייט דערשראקן, אז א מיידל האט דיר שטילערהייט דערציילט, איר פלאן איז געווען אז זי גייט זיך אויפרייסן דעם זומער, זי גייט אפלאזן איר צניעות ווייל זי קומט פון א סקול וואס דארט לייגט מען אריין צניעות מיט צווינגען, מען געבט דאס נישט אויף די ריכטיגע וועג; זי האט דיר דערציילט אז זי האט געהאט א פלאן צו טון שלעכטע זאכן ביז זי איז אנגעקומען אין בית פיגא קעמפ און זיך דערזען מיט מיידלעך וואס האבן ליב צניעות, זי האט אפגעמאכט אז זי גייט בלייבן מיט איר צניעות, זי גייט בלייבן איידל אנגעטון; פון די אנדערע זייט בין איך זייער פרייליך ווי אזוי די מעשה האט זיך געענדיגט.
דו זאלסט רעדן שיין צו יעדן איינעם, אפילו דו זעסט מיידלעך וואס גייען נישט אנגעטון אזוי ווי מען דארף - זאלסטו זיי ווייטער ליב האבן, זאלסט קוקן אויף זיי מיט רחמנות; ווייל באמת ווילן אלע אידן זיין גוט, אלע מיידלעך ווילן זיין ערליך, זיי ווייסן פשוט נישט אז די אידישע וועג איז גוט, די ערליכע וועג איז זיס; דאס מאכט זיי זאלן וועלן אנטלויפן און טון נישט גוטע זאכן.
זארג נישט, דיין שידוך איז שוין דא, דו גייסט שוין ווערן א כלה; דו האסט וואוילע עלטערן, זיי ווייסן וואס איז גוט פאר דיר, זיי קלויבן אויס פאר דיר א ספעציעלער בחור וואס וועט לעבן מיט דיר א לעבן מיט ליבשאפט.
איך האף דו וועסט מיר העלפן זיין א טיטשער דעם קומענדיגן יאר.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.