בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
איך בין יעצט אויפן וועג קיין אומאן וואו איך פאר מיט מיין ווייב אין קינדער צו מתפלל זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון; איך וועל דארט מתפלל זיין פאר דיר אז דו זאלסט מצליח זיין.
שטארק דיר און זיין ממשיך מיט דיין התמדת התורה; איך האב גרויס נחת יעדעס מאל ווען איך קום אין "כולל היכל הקודש" און איך זע ווי איר לערנט בהתמדה רבה. איך האף אז נאך אינגעלייט וועלן קומען לערנען אין כולל; אפילו די אינגעלייט וואס ארבעטן דורכן טאג זאל קומען כאטשיג פאר אביסל לערנען די הייליגע תורה, ווייל נאר דאס ביסל תורה וועט איבער בלייבן פון אונז.
איך קום יעצט פון יבניאל וואו איך האב געהערט פון די אינגעלייט אז מוהרא"ש האט זייער שטארק געוואלט אז יעדער איינציגער אינגערמאן זאל קומען לערנען – אפילו נאר אביסל.
דער עיקר זאלסטו זען צו לערנען מיט די בחורים הלכה למעשה; הייב אן מיט זיי "טור", נאכדעם זאלסטו לערנען מיט זיי אביסל "בית יוסף" כדי זיי צו אויסלערנען ווי אזוי מען לערנט א שטיקל "בית יוסף", אבער עס פעלט נישט אויס צו לערנען יעדע שטיקל וכו' כדי עס זאל זיי זיין אינטערעסאנט. קודם דארף מען זיי אריינגעבן די אפעטיט דערצו אז זיי זאלן הנאה האבן פונעם לימוד, און נאכדעם זאלסטו לערנען מיט זיי מחבר, רמ"א, טורי זהב און מגן אברהם ביז הלכה למעשה. עס פעלט אבער נישט אויס צו לערנען יעדע איינציגע שטיקל, מען דארף גיין מן הקל אל החמור.
איך וועל נאך רעדן מיט דיר פנים בפנים.
שטארק דיר און זיי ממשיך אין דיין עבודת ה' בבחינת מוסיף והולך.
...