בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, לאז זיך נישט נאך; אפילו עס איז דיר ביטער שווער, דו ווארסט אויף דיין שידוך, עס איז דיר טונקל, עס איז דיר פינסטער - זאלסטו אויסווארטן מיט סבלנות אויף די ישועה.
איך בעט דיר זייער טייערער ..., די ערשטע שידוך וואס מען טראגט דיר אן זאלסטו נעמען, דו זאלסט נישט אפזאגן קיין שידוכים. די זייגער רוקט זיך, די צייט גייט אריבער. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אזויפיל געשריבן פאר בחורים און מיידלעך אז זיי זאלן זיך אכטונג געבן פון דעם פיינט וואס רופט זיך: "צייט", ווייל עס איז דא א מאמר החכם: "הִזָּהֵר מִן הַזְמַן כִּי הוּא אוֹיֵב רָע מְאֹד", געב זיך אכטונג צו היטן די צייט ווייל עס גייט אריבער זייער שנעל, און אז מען וויל נישט אוועק לייגן די גאוה, נאר מען קלויבט זיך און מען קלויבט זיך, ביז מען כאפט זיך איז מען שוין פארעלטערט וכו'.
ווען עס קומט צו טון א שידוך דארף מען געדענקען וואס חכמינו הקדושים זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וְנָסִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א מדריגה וועסטו טרעפן דיין שידוך; בדרך כלל איז א מענטש א בעל גאוה וכו', עס פאסט אים נישט צו נעמען א שידוך וואס מען טראגט אים אן, ער מאכט אלעס אוועק, זאגנדיג: 'איך דער גרויסער חכם וועל נעמען דאס?!' 'איך דער שיינער מענטש, דער קלוגער מענטש וועל חתונה האבן מיט אזוינס?!' אזוי דרייט מען זיך ארום וכו' זוכנדיג א שידוך וואס איז נאכנישט געבוירן געווארן; מען זוכט און מען זוכט, מען גייט ארויס זיך טרעפן וכו' אלץ מיט די כוונה אז אפשר וועט מען טרעפן א כלה וואס וועט קומען צו רייטן אויף א ווייסע פערד מיט אנגעפילטע זעק מיט געלט וכו', מען ווארט עס זאל געבוירן ווערן אזא פארשוין און מען כאפט נישט אז ביז דערווייל גייט אריבער אסאך צייט, און פלוצלונג דערזעט מען זיך פארעלטערט...
איך האף צו זיין א גוטער שליח און זיין דיין שדכן, אבער נאר בתנאי אז דו זאגסט נישט אפ קיין שידוכים; אז מען טראגט דיר אן א שידוך זאלסטו גלייך נעמען דעם שידוך און אויפשטעלן דורות, מקיים זיין דעם ווילן פונעם אייבערשטן וואס האט אונז געהייסן חתונה האבן און ברענגען קינדער.
אז מען האט נישט חתונה איז דאס זייער א שרעקליכע זאך, דער מחבר הויבט אן די ערשטע סעיף אין חלק אבן העזר פון שלחן ערוך מיט די הלכה: "חַיָיב כָּל אָדָם לִישָּׂא אִשָּׁה כְּדֵי לִפְרוֹת וְלִרְבּוֹת", יעדער איד איז מחויב חתונה צו האבן מיט א פרוי כדי צו האבן קינדער, "וְכָל מִי שֶׁאֵינוֹ עוֹסֵק בִּפְרִיָּה וּרְבִיָּה כְּאִלּוּ שׁוֹפֵךְ דָּמִים וּמְמַעֵט אֶת הַדְּמוּת", און ווער עס האט נישט חתונה, ער איז נישט מקיים די מצוה פון פריה ורביה - איז אזוי ווי ער וואלט ווען גע'הרג'עט מענטשן און פארגאסן זייער בלוט, "וְגוֹרֵם לַשְּׁכִינָה שֶׁתִּסְתַּלֵּק מִיִּשְׂרָאֵל", און ער ברענגט אז די שכינה זאל נישט זיין מיט די אידן; חוץ פון דעם וואס עס פעלט אים די אלע גוטע זאכן וואס מען איז זוכה ווען מען האט חתונה, אזוי ווי דער רמ"א זאגט דארט: "וְכָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אִשָּׁה שָׁרוּי בְּלֹא בְּרָכָה בְּלֹא תּוֹרָה כוּ', וְלֹא נִקְרָא אָדָם, וְכֵיוָן שֶׁנָּשָׂא אִשָּׁה עֲוֹנוֹתָיו מִפַּקְפְּקִים שֶׁנֶּאֱמַר (מִשְׁלֵי יח, כב) מָצָא אִשָּׁה מָצָא טוֹב וַיָּפֶק רָצוֹן מֵאֵת ה'".
געב א גרוס פאר מיין שוואגער הרב ... שליט"א.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.