בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב
בנוגע וואס מיר האבן שוין גערעדט פנים בפנים וכו'; לערן אויס דיינע קינדער דורכאויס די וואך, טאג נאך טאג – זיך צו פירן מיט דרך ארץ, ובפרט דרך ארץ ביים עסן; זיי זאלן עסן מיט עסצייג, און זיצן און עסן איידל, נישט ווי א פרעסער און א זויפער, און אז עס שטעלט זיך מער ארויס ביי איין קינד דאס צעפלויגנקייט און פאר'חלומ'קייט – זאלסטו מיט דעם קינד גיין מער שטייטליך. עס שטייט (משלי כב, ו): "חַנוֹךְ לְנַעַר עַל פִּי דַרְכּוֹ", יעדע קינד איז א באזונדערע מסכתא; איינער איז מער זריז, איינער איז פארקערט, און עלטערן דארפן מיט סבלנות מחזק זיין די קינדער זיי זאלן זיך פירן איידל און אויסוואקסן ערליך.
בנוגע וואס די צוויי עלטסטע קריגן זיך וכו'; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נט): "מְסֻגָּל יוֹתֵר לַבָּנִים לִהְיוֹת רָחוֹק מֵהֶם, לִבְלִי לִהְיוֹת דָּבוּק בָּהֶם, לְשַׁעֲשֵׁעַ בָּהֶם בְּכָל פַּעַם, רַק לִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם כְּלָל", עס איז מסוגל פאר עלטערן נישט צו זיין צוגעקלעבט צו די קינדער, דאס הייסט מען זאל זיי נישט נאכגיין טריט אויף טריט; נישט אלעס דארף מען באמערקן (אויסער סכנה'דיגע זאכן).
דער עיקר זאל זיין אין שטוב פרייליך, געב פאר אלע גוטע ווערטער, רים אויס יעדן קינד מיט זיינע מעלות און מידות טובות, און והעיקר תפילה; גיי יעדן טאג א שפאציר און שמועס אויס דיין הארץ מיטן אייבערשטן, בעט אים אויף יעדע קינד באזונדער.