בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די מחשבות אז מען האט מיר פיינט
משניות, חלישות הדעת, מניעות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


עס טוט מיר וויי צו הערן אז דו ווערסט וויי געטון פון מיר; איך קען עס ממש נישט פארשטיין, ווי קען זיין אזא זאך, אז איינעם וועם איך האב אזוי ליב, זאל טראכטן אז איך האב אים פיינט.


איך בעט דיר זייער זאלסט צוריק קומען און איבערשפרינגען אויף אלעס, די אלע זאכן זענען נאר מניעות אונז אפצוטיילן, ווייל פון ווען מען הויבט אן טון פארן רבי'ן הויבט מען אן אריבערגיין די סארט געפילן. איך געדענק ווען איך בין מקורב געווארן צו מוהרא"ש האב איך נישט געהאט די סארט מחשבות ביז איך האב געעפנט די ישיבה, און פון ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה, אנגעהויבן משמש זיין דעם רבי'ן - האט זיך אנגעהויבן די סארט מניעות, די קאפ פלעגט מיר וויי טון פון די סארט מחשבות, און יעדע מאל די קאפ האט זיך מיר געדרייט פון די סארט מחשבות - בין איך מער געקומען צו מוהרא"ש און זיך אליין אויפגעוויזן אז דאס איז שקר, און אפילו נאכן זען מיט די אויגן אז די מחשבות זענען נישט אמת - זענען זיי צוריק געקומען נאכאמאל, און איך האב געמאכט אסאך התבודדות וכו' וכו'.


אויך זאלסטו צוריק אנהויבן לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דורך זאגן אסאך משניות באומט מען נייע מוחין, מען גייט ארויס פון אלע צמצומים, מען ווערט א פרייער מענטש, א בן חורין.


איך בעט יעדן טאג פאר דיר פאר דיין הצלחה.