בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת שמות, שבת מברכים, כ"ד טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
בנוגע די אלע מחשבות וואס לאזן דיר נישט מנוחה וכו', דו ביסט אזוי פארלוירן; דו ווילסט אביסל רואיגקייט אבער דו קענסט זיך נישט בארואיגן, שטענדיג ביסטו צעמישט, דו טראכסט איבער, דו קענסט זיך נישט צאמנעמען דיינע מחשבות.
נעם די עצה פון התבודדות; איך שרייב דיר א קליינע תפילה וואס דו זאלסט זאגן יעדן טאג, וועסטו זען גרויסע ניסים; דא האסטו די תפילה:
"הייליגער באשעפער, איך האב א פראבלעם, איך בין נישט רואיג; מיינע מחשבות פייניגן מיר, מיינע מחשבות לאזן מיר נישט מנוחה, איך טראכט טאג און נאכט איבער אלטע זאכן: 'איך האב גוט געטון?' 'איך האב נישט גוט געטון?' איך פייניג זיך מיט ספיקות, איך בלייב שטיין ביי יעדע קלייניקייט, עס האקט מיר אין קאפ: 'יא גוט געטון, נישט גוט געטון?' 'איך בין יא גוט? איך בין נישט גוט?'
הייליגער באשעפער, די יסורים איז אומדערטרעגליך, עס איז אזוי שווער; פון אינדרויסן זע איך אויס געזונט, איך זע אויס פיין, אבער אינעווייניג בין איך חרוב ונחרב, איך קען זיך נישט ארויסברענגען מיינע ווייטאג, אבער דו ביסט דאך "היודע מחשבות", דו ווייסט מיינע מחשבות, בעט איך דיר, "יודע מחשבות הושיעה נא", העלף מיר, הייל מיך אויס, נאר דו קענסט מיר אויסהיילן, איך האב נישט קיין שום אנדערע וועג זיך צו היילן, קיינער האט נישט קיין רפואה פאר מיר, דו אייבערשטער קענסט מיר אויסהיילן, יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך ה' צורי וגואלי".
אז דו וועסט זאגן די תפלה לכל הפחות איינמאל א טאג זאג איך דיר צו אז דו וועסט זען א גרויסע נס, דו וועסט באקומען מנוחה אין דיין מח.
איך בעט דיר דו זאלסט מיר ווייטער שרייבן, ווייל איך האב דיר זייער ליב, איך האלט זייער פון דיר, איך זע אין דיר אן עתיד א שיינעם.
פון דיין ראש ישיבה.