בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיטנעמען אויף יענע וועלט - הפצה פאר פרויען - שאלות אין חינוך
צניעות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, משניות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תזריע, כ"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט מסיים געווען ליקוטי מוהר"ן און אויך אז דו האסט נאכאמאל מסיים געווען ששה סדרי משנה; דאס וועט דיר אפהיטן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג אראפלייגן ווי אזוי א לוי' זעט אויס; די ווייב שרייט און וויינט: "מיין מאן, אויף וועם האסטו מיך איבערגעלאזט", די קינדער וויינען: "טאטע, ווער וועט אונז געבן געלט? ווער וועט אונז חתונה מאכן?" פלעגט מוהרא"ש שטענדיג זאגן: "אבער קיינער האט נישט רחמנות אויפן נפטר אליינס". מען נעמט דעם מענטש און מען לייגט אים אריין אין דער ערד; די חברה קדישא קומען און דעקן אים צו מיט ערד און אלע גייען אהיים, קיינער טראכט נישט 'וואס טוט זיך יעצט אפ אינעם קבר?' עס קומען צו גיין פעלד-מייזן מיט אנדערע חי'לעך, ווערעם און שלענג און זיי עסן אויף דעם מענטש, וואס דאס איז שרעקליכע יסורים פאר'ן נפטר.


אבער אז דער מענטש האט געהאט שכל און זיך אנגעגרייט אין לעבן ער זאל האבן מיט וואס צוריק צו גיין צום אייבערשטן, ער האט געלערנט משניות און ליקוטי מוהר"ן – דורכדעם וועט ער ניצול ווערן פון חיבוט הקבר. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "צו א גוף וואס האט געלערנט ליקוטי מוהר"ן וועלן די ווערעם אין קבר נישט צוקומען", און מוהרא"ש זאגט: "צו א גוף וואס האט געזאגט משניות וועלן די ווערעם אין קבר נישט צוקומען".


בנוגע וואס דו פרעגסט אז דיין ווייב וויל וויסן ווי אזוי מען גייט הפצה; מען שטרעקט אויס א ספר, א קונטרס און מען זאגט: "דא האסטו א שיינע מתנה!" ווען מען זעט ווי יענער נעמט דאס פרעגט מען יענעם: "איר האט עפעס פאר צדקה?" אז יענער ענטפערט: "איך האב נישט: זאל מען פרעגן: "איר האט אפשר עפעס? אפאר פרוטות?" ווייל אסאך מאל זאגן מענטשן אז זיי האבן נישט קיין צדקה ווען זיי האבן יא ווייל זיי מיינען אז מען ערווארט פון זיי א גרויסע סכום, אויב יענער זאגט: "עס איז גוט, איך דארף נישט", פרעגט מען יענעם סיי וויי: "איר האט עפעס פאר צדקה?"


זאג פאר דיין ווייב אז אויב זי וויל ספרים און קונטרסים קענען מיר דאס שיקן פון אמעריקע, מיר האבן א בית הדפוס וואו מיר דרוקן די קונטסרים פון מוהרא"ש אויף אלע שפראכן; יעדער מפיץ קען באשטעלן וואס פאר א קונטרסים ער וויל; מיר וועלן איר דאס שיקן.


זיי איר מחזק זי זאל זיך נישט שעמען צו צוגיין צו פרויען; עס קומען יעדן טאג מענטשן פון די גאנצע וועלט צום רבינ'ס ציון, היינט קומען שוין מענטשן פון אלע קרייזן; מען איז אזוי צעבראכן און געשלאגן אז אלע זענען מודה אז מען דארף אנקומען צום רבינ'ס חיזוק. איז זייער גוט אז זי זאל שטיין ביים ציון און געבן פאר די אלע געסט וואס קומען במשך די יאר זיי זאלן אויך וויסן פון די זיסע און געשמאקע לויטערע וואסער וואס קוועלט פונעם נחל נובע מקור חכמה.


אז דער אייבערשטער האט אייך געשיקט קיין אומאן, איר וואוינט דארט, זאלט איר דארט אריין שיינען אין אלעמען די זיסע עצות פון רבי'ן.


בנוגע וואס דו פרעגסט וויאזוי מען לערנט אויס פאר קינדער וועגן נישט קוקן אויף פריצות וכו'; וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? פשוט, מען זאגט פאר די קינדער נישט צו קוקן אויף קיין גוים און גוי'טעס ווייל דער אייבערשטער לאזט נישט; "די תורה זאגט אז אויב מען היט זיך נישט די אויגן פארלירט מען נאכדעם אלע גוטע זאכן". מען איז נישט יוצא די מצוה פון חינוך דורך איין מאל זאגן, און מען קען נישט ערווארטן אז קינדער זאלן זיך טוישן צום גוטן פון איין מאל הערן; מען דארף שיינערהייט זאגן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל ביז דער אייבערשטער העלפט און עס איז עושה רושם.


בנוגע צי קינדער זאלן זען ווי די מאמע זייגט וכו' און ווי אזוי מען ענטפערט ווען ער פרעגט שאלות וכו'; עס איז נישט קיין פראבלעם זיי זאלן זען ווי די מאמע זייגט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות י.) אז אויף דעם האט אויך דוד המלך געדאנקט דעם אייבערשטן, "בָּרֲכִי נַפְשִׁי אֶת ה' וְאַל תִּשְׁכְּחִי כָּל גְּמוּלָיו (תהלים קג, ב)"; דוד המלך האט געדאנקט דעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער האט געמאכט די מילך – די עסן וואס א קינד עסט - נעבן די הארץ וואס דארט איז א ריינע פלאץ, אנדערש ווי ביי אנדערע בעלי חיים. עס איז גוט אז מען וואקסט אויף מיט דעם.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן א): "אִם הַתִּינוֹק יוֹנֵק מֵחֲלֵב אִשָּׁה חֲצוּפָה, אֲזַי מִתְגַּבֵּר בּוֹ תַּאֲוָה זוֹ", אויב דער קינד זייגט מילך פון אן אשה חצופה וועט זיך אויף אים מתגבר זיין די תאווה פון ניאוף, "וְכֵן לְהֵפֶךְ, כְּשֶׁיּוֹנֵק חֲלֵב אִשָּׁה כְּשֵׁרָה", און אזוי אויך פארקערט - זאגט דער רבי - אויב דאס קינד זייגט מילך פון אן ערליכע פרוי, "אֲזַי לִבּוֹ חָלָל בְּקִרְבּוֹ, וְאֵין לוֹ חֲמִימוּת", וועט ער זיין אן ערליכער איד און זיין אפגעהיטן אין קדושה. נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות בנים, חלק ב', סימן יב): "הֶחָלָב שֶׁל צַדֶּקֶת הוּא טוֹב לַתִּינוֹק לְיִרְאַת שָׁמַיִם, וְגַם נוֹתְנוֹת לוֹ מֶמְשָׁלָה בָּעוֹלָם הַזֶּה", מילך פון אן ערליכע פרוי ברענגט יראת שמים פאר'ן קינד.


דער עיקר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין אויפצוברענגען קינדער וואס וועלן ליב האבן די תורה און מצוות; קינדער וואס וועלן עוסק זיין אין אויפבויען די וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.