בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
יעצט ווען דו ביסט אריין אין דיין זעכצנטע יאר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אז דו זאלסט זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך און דו זאלסט זוכה זיין אויפצושטעלן א ערליכע שטוב, קינדער און אייניקלעך וואס וועלן זיין ערליכע אידן.
מען דארף אסאך תפילה אויף גוטע קינדער; דער הייליגער סאטמארער רבי דער בעל דברי יואל זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר א פאר–פאלק וואס זענען געקומען בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער: "זוכה זיין צו גוטע קינדער דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן - נאך פון פאר די חתונה".
יעצט אז דו ביסט שוין זעכצן יאר זאלסטו זאגן דעם 'יום תהילים' יעדן טאג און אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר א גוטע לעבן; וועט דער אייבערשטער העלפן אז דו וועסט בקרוב טרעפן א גוטע שידוך און זוכה זיין צו קינדער עבדי השם יתברך.