בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מילכיגס אום שבועות, ווי ניי געבוירן
אמונה, התחזקות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש אז דו האסט אוועק געווארפן דיין סמארטפאון; האסט מיר צוגעגעבן א שטיק לעבן, א שטיק געזונט, געבענטשט זאלסטו זיין.


יעצט איז דאס דיר טאקע זייער שווער, אזוי ווי דו שרייבסט אינעם מעסעדזש, אז דאס איז געווען פאר דיר זייער שווער, אבער איך זאג דיר צו אז עס גייען אריבערגיין אפאר יאר, נישט קיין לאנגע צייט, און דו וועסט אזוי שטארק דאנקען דעם אייבערשטן. איך ווייס אז יעצט איז נישט שייך דו זאלסט פארשטיין וואס איך שרייב דיר, יעצט ווילסטו נאר צוריק דעם טעלעפאן, אבער איך זאג דיר צו אז דו וועסט אזוי דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גוטע זאך וואס דו האסט יעצט געטון.


יעצט קומט דער הייליגער יום טוב שבועות, נאכן דאווענען איז דער מנהג אז מען עסט מילכיגס. מוהרא"ש זאגט, דער טעם פארוואס מען פירט זיך צו עסן מילכיגס איז ווייל מען קען נאר זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה אויב מען קוקט נישט אויף צוריק, מען הייבט אן פונדאסניי, נאר אז מען קוקט זיך אן ווי מען איז יעצט ניי געבוירן, און אזוי ווי א קליין קינד עסט נאר מילך, עסן מיר שבועות מילך אז מיר זאלן זיך אנקוקן ווי ניי געבוירן, און וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין גוט און טון די מצוות פונעם אייבערשטן.


וויסן זאלסטו, ווען די קליפות און די סטרא אחרא זעען ווי א נשמה וואס זיי האבן שוין פארכאפט וויל זיך ארויסכאפן און וויל צוריק גיין צו די קדושה, זוכן זיי דאס צו צעשטערן און זיי קומען צום מענטש מיט זיינע עלטע מעשים, זיי ווייזן אים אויף שווארץ אויף ווייס אז 'ער קען שוין קיין צדיק נישט זיין', זיי ברענגען אים די אלטע מעשים מיט וואס ער איז ליידער נכשל געווארן, און זיי שלאגן אים מיט דעם, ביז די נשמה פאלט חלשות, און אזוי פאנגען זיי אים צוריק, און אזוי ווי עס איז דא א קלארע הלכה (רמב"ם פרק ז' מהלכות תשובה, הלכה ח), מען טאר נישט זאגן פאר א בעל תשובה: "זכור מעשיך הראשונים", געדענק דיינע אלטע מעשים, עס איז א לאו אין די תורה דאס צו טון, אזוי איז א אויך אן עבירה דאס צו טון מיט זיך אליינס, מען טאר זיך נישט קלאפן מיט די אלטע מעשים; מען דארף תשובה טון, און מען דארף כסדר זיך מתוודה זיין אויף וואס מען האט געטון, אבער זיך קלאפן - טאר מען נישט, און טאקע דערפאר עסן מיר 'יום טוב שבועות' מילכיגס, אז מען זאל זיך נישט קלאפן מיט וואס איז געווען, עס איז גארנישט געווען, אפשר אין א פריערדיגע גלגול, יעצט בין איך א נייע געבוירענע קינד, איך עס מילך, איך טרינק מילך, און איך הייב אן פונדאסניי היטן די מצוות פונעם אייבערשטן.


אויך איז דער טעם, ווייל די איינציגסטע עסן וואס נאכן ווערן פארדארבן קען מען דאס ניצן און מאכן פון דעם גוטע עסן - איז מילך, פון פארדארבענע מילך מאכט מען 'קעז', און מיט די פארדארבענע מילך מאכט מען אלע גוטע מילכיגס; דאס לערנט אונז אז מען קען זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה אפילו מען איז ליידער געפאלן, מען האט געפאלגט דעם יצר הרע, מען האט געטון פארדארבענע מעשים; אויב מען טוט תשובה, מען נעמט זיך פאר מער נישט צו טון די אלטע פארדארבענע מעשים, מען האט חרטה, און מען וויינט זיך אויס פארן אייבערשטן, מען זאגט: "הייליגער באשעפער איך האב חרטה אויף די שלעכטע פארדארבענע מעשים, איך נעם זיך פאר צו זיין ערליך און הייליג" - קען מען זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן, עס קען ווערן 'קעז' און 'גוטע מאכלים', און דאס דארפן אלע וויסן ווען עס קומט דער הייליגער 'יום טוב שבועות', אז א איד קען אלץ פאררעכטן, און פון די מילך וואס איז פארדארבן קען מען נאך מאכן פיינע מטעמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.