בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיי מכבד דיין שווער און שוויגער
חנוכה, שווער און שוויגער, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


קומענדיגע וואך זונטאג נאכט גייט מען צינדן די הייליגע חנוכה לעכט, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "ימי חנוכה", די חנוכה טעג – "ימי הודאה", זענען טעג פון לויבן און דאנקען און דאס איז די פארגעניגן פון עולם הבא.


ווען דו צינדסט אן די הייליגע חנוכה לעכט זאלסטו זינגען די זמירות – "הנרות, מעוז צור וכו', ויהי נועם און יושב בסתר עליון, למנצח בנגינות מזמור שיר אלקים יחנני ויברכני, מזמור שיר חנוכה הבית לדוד, רננו צדיקים, הללוי-ה אודה ה', הללוי-ה אשרי איש, שיר המעלות לדוד הנה מה טוב, מזמור לתודה, שיר המעלות לדוד לולי ה', הללוי-ה הללו א-ל בקדשו", נאכדעם פירן זיך אנשי שלומינו צו זינגען די שיר של חשק "ידיד נפש", מיט "א-ל מסתתר" און "אור הגנוז בלובן המחשוף", און דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט חתונה געהאט, און נאך אביסל האסטו שוין א קינד.


זיי מכבד דיין שווער און שוויגער; ווען מען איז יונג איז מען יונג, מען כאפט נישט וואס עלטערן זענען און וואס א שווער און שוויגער זענען, אבער ביים רבי'ן איז אפילו יונגערהייט שטארקט מען זיך צו אויסהערן עלטערן, און חס ושלום נישט ענטפערן.


בנוגע וכו'; מען געבט זיך איין דריי און מען פארט שוין אויף ראש השנה צום רבי'ן, החכם עיניו בראשו, גרייט אן דיינע פאפירן, מאך זיך לעגאל צו קענען פארן, ווייל ראש השנה דארפן אלע זיין.