בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אז פאר דיין טאטע שטערט ברסלב איז דאס נישט דיין פראבלעם; דו זיי מכבד דיין טאטע און מאמע, און אז עס שטערט זיי אז דו פארסט קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון איז דאס נישט קיין חסרון אין כיבוד אב ואם. אז מען וויל נישט רעדן מיט דיר קענסטו מתפלל זיין אז עס זאל ווערן שלום, און אז זיי רעדן יא צו דיר, נאר עס איז נישט מיט ווארעמקייט וכו', מען רעדט צו דיר אן א שמייכל, דארפסטו ווייטער רעדן מיט זיי און גיין צו זיי אויף שבתים און שמחות.
מיר קענען גארנישט טון אז מענטשן רעדן כל דבר אסור אויפ'ן הייליגן רבי'ן; אזוי מוז זיין און אזוי וועט זיין ביז משיח וועט קומען. ווייל דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז', מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפ געקומען אויף די וועלט האט דער ס"מ געשריגן: "רבונו של עולם, אויב דער נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "דער נשמה מוז אראפ קומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה", איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, און זיי האבן געלאכט און געזאגט: "דער נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה".
מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט (בספר נהרי אפרסמון, שם): "וואס איז זייער עצה, וואס זיי האבן זיך געטראפן? לאכן - מען לאכט פונעם רבי'ן, און מען שפעט אפ פון א ברסלב'ער חסיד"; מען שפעט פון רבי'ן, מען רעדט כל דבר. דאס איז די סיבה פארוואס עלטערן ווערן דערשראקן ווען זיי הערן אז זייער קינד דריידט זיך אין ברסלב און פארט קיין אומאן וכדומה.
דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעען ווי די קינדער פירן זיך אויף ערליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש איז איידל און צניעות'דיג און פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.
איך האף דו וועסט ארויסנעמען פונעם בריוו א וועג ווי אזוי זיך צו פירן מיט דיינע עלטערן.