בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר, י"ג אייר, כ"ח לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בין געפארן קיין ארץ ישראל צו זיין ל"ג בעומר ביי די הילולא פון התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי. אויך די ישיבה פון ירושלים איז געקומען קיין מירון פאר אפאר טעג, איך לערן מיט זיי, איך פארברענג מיט זיי, איך האב אזא הנאה פון זיי, איך האב א פארגעניגן יעדע מינוט צו זיצן מיט זיי.
דיר וויל איך בעטן זאלסט זיך שטארקן מיט אמונה. היינט איז די ספירה פון מלכות שבנצח, און ביי למנצח איז היינט 'בארץ', און ביי אנא בכח - בט"ר צת"ג; דאס ווייזט אונז, אויב מען האט אמונה - "שְׁכָן אֶרֶץ וּרְעֵה אֱמוּנָה" (תהילים לז, ג) - דעמאלט האט מען אלע ברכות, בט"ר צת"ג, און מען איז זוכה צו מלכות שבנצח, צו מנצח זיין דעם יצר הרע און אנקומען צו די קדושה.
שטארק זיך, נסיונות האט יעדער, דאס איז נישט דער מעסטער צי דו ביסט שוין אנגעקומען אדער נישט, און אז דו דערזעסט זיך מיט פרישע ברענעדיגע נסיונות - זאלסטו געדענקען (סוכה נב.): "כָּל הַגָּדוֹל מֵחֲבֵרוֹ יִצְרוֹ גָּדוֹל הֵימֶּנּוּ", ווי גרעסער און שטערקער מען איז - איז דא מער נסיונות, און זיך נישט צעברעכן און זאגן 'איך קום ממילא נישט אן צו די קדושה, איך ליג וואו איך ליג און איך פאל ווי איך פאל, וואס האב איך זיך צו מוטשען?' עס איז נישט אזוי, נאר ווי לאנג מען איז דא אויף די וועלט - האט מען שווערע ביטערע נסיונות, און אז מען בעט דעם אייבערשטן און מען שטארקט זיך מיט די חיזוק פון רבי'ן - דעמאלט קען מען זיך דערהאלטן.
א שיינע פאר שעה בין איך מיט די בחורים געווען אין קאך ביי מיינע עלטערן, מיר האבן אנגעגרייט קוגל, פיש, און נאך אסאך גוטע עסן פאר ל"ג בעומר. איך האב געזאגט פאר די בחורים, ווען מען זעט א שיינע פאלאץ, מען וויל אריינגיין צום קעניג, נישט יעדער קען אריינגיין, נאר די גרויסע שרים, די שושקעס, נאר זיי קענען אנקומען צו אלע היכלות, אבער אין קאך - שיילן ירקות און רייניגן - דארט קענען יא קומען פשוט'ע לייט; מיר האבן זיך זייער מחזק געווען, אז עס קומט א גרויסע טאג 'ל"ג בעומר', אלע ווילן זיך אריינשטופן אין היכל פון רבי שמעון בר יוחאי, אבער אין קאך, אנגרייטן די עסן פאר די אלע געסט - דארט קענען אויך מיר פשוט'ע מענטשן קומען און האבן א חלק אין די הילולא.
היינט נאכט איז פסח שני, מען זעט קלאר אז עס איז קיינמאל נישט דערנאך, עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, אפילו מען האט פארפאסט די הייליגקייט אין די יונגע יארן, מען האט פארפאסט פסח ראשון - קען מען נאך באקומען הייליגקייט אויף דער עלטער, מען קען זוכה זיין צו פסח שני.
שטארק זיך, איך בין מתפלל פאר ענק אלע.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.