בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, י"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
מלומדות איז א חכמה, פון איין זייט דארפן די קינדער ליב האבן חדר, און עס דארף זיך שפירן א פרייליכקייט אין כיתה, און אין די זעלבע צייט דארף זיין א שטארקע דיסציפלין, די קינדער דארפן זיצן שטיל, יעדער אויף זיין פלאץ אן ארויסרעדן א ווארט; אז די צוויי זאכן זאלן גיין אינאיינעם – איז א חכמה, און מיט תפילה קען מען מצליח זיין.
שטיי אויף פארטאגס, גיי שפאצירן מיטן אייבערשטן; בעט אים אז דו זאלסט מצליח זיין מיט יעדן תלמיד, זאלסט טון דיין ארבעט בנאמנות; געבן פאר דיינע תלמידים דאס מערסטע וואס איז שייך.
א מלמד מוז גיין אין מקוה, איך נעם זיך אויס אז אויב מען גייט נישט אין מקוה אינדערפרי – קען מען נישט זיין ביי מיר א מלמד. היות איך ווייס נישט, איך קוק נישט נאך, פארלאנג איך מען זאל זיין אפן מיט די מוסד.