בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, כ"ז מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מיין ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד פונעם קלויזנבורגער רב זכר צדיק לברכה ווי ער ליגט אין א באראק און מען ברענגט עסן.
איך וויל מאכן נאך א מעשה'לע פאר קינדער, איך וויל אריינבראקן אין די הערצער פון די קינדער די מסירות נפש פון די הייליגע צדיקים, ווי זיי האבן זיך מוסר נפש געווען פארן אייבערשטנ'ס וועגן, דאס וועט אויפפלאקערן זייער הארץ זיי זאלן אויך וועלן זיין צדיקים. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", עס איז זייער א גרויסע זאך צו הערן מעשיות פון צדיקים, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד דורכדעם וואס מען זעט צו וואס די צדיקים האבן זוכה געווען אין זייער לעבן.
די באן פארט שוין אזוי אפאר טעג, נישטא קיין לופט צו אטעמען, נישטא קיין וואסער צו טרינקען, נישטא אפילו א בית הכסא, אין יעדע וואגן זענען שוין געשטארבן אפאר מענטשן, ענדליך די באן איז אנגעקומען פרייטאג ערב שבת צו די ערגסטע פלאץ וואס איז נאר געווען אין די וועלט, קיין א ו ש וו י ץ...
דארט אין אושוויץ האט מען פארברענט איבער זעקס מיליאן אידן, די קינדער און די עלטערע און די שוואכע האט מען גע'הרג'עט און פארברענט, און די אידן וואס האבן געהאט כח האט מען גענומען אין די ארבעטס לאגער זיי זאלן ארבעטן פאר די מלחמה, פאר די נאציס, און איין מאל א טאג האט מען געטיילט עסן.
אויך רבנים צדיקים האט מען אהין געטראגן, צווישן די געפייניגטע אידן איז געווען דער צדיק רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, דער קלויזנבורגער רב זכר צדיק לברכה, און ווען מען האט אויסגערופן אז מען טיילט עסן האט ער נישט געוואלט גיין, ווייל ער האט נישט געוואלט עסן קיין טריפות.
פרייטאג צו נאכטס איז ער זייער שוואך געווארן פון ליידן אזויפיל טעג הונגער, שבת אינדערפרי האט מען ווייטער אויסגערופן אז מען טיילט עסן, אלע זענען געלאפן כאפן עסן, אבער ער האט נישט געוואלט גיין, און פלוצלונג האט ער אנגעהויבן זייער צו וויינען צום אייבערשטן, ער האט זיך אויסגעשמועסט מיטן אייבערשטן און געזאגט: "רבונו של עולם אלעס האט מען מיר צוגענומען, מיינע קליידער, מיינע שיך, איך ליג דא ביי די גוים אן גארנישט, איך וויל נישט עסן קיין טריפות, און איך גיי נישט עסן קיין טריפות"; ער האט אזוי שטארק געוויינט צום אייבערשטן און געבעטן עס זאל פאסירן א נס...
קינדער וואס פאסירט ווען מען בעט דעם אייבערשטן? ווער ווייסט? א נס האט פאסירט; איינער קומט צו לויפן און פרעגט: "איר זענט קלויזנבורגער רב?" ער האט זיך זייער דערשראקן, ער האט נישט געוואלט דערציילן אז ער איז א רב, ווייל די דייטשע האבן ערשט גע'הרג'עט די רבנים, ביז יענער האט אים געברענגט א ברויט מיט מארמעלאדע און ער איז געראטעוועט געווארן.
טייערע קינדער, מיר לערנען זיך פון די מעשה צוויי זאכן, איינס דאס גרויסע מסירות נפש פון די הייליגע צדיקים, אפילו ווען זיי האבן שוין נישט געגעסן אפאר טעג און זיי ווייסן אז זיי גייען נישט האבן גארנישט קיין עסן וועלן זיי אויך נישט עסן קיין טריפות, זיי וועלן נאר עסן כשר'ס, פון דעם לערנען מיר זיך אז מיר וועלן אויך אכטונג געבן נישט צו עסן נאר מיט א הכשר.
צווייטנס לערנען מיר, דאס גרויסקייט פון תפילה, אז וואס מען דארף קען מען בעטן פונעם אייבערשטן, מען קען רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, און אז מען בעט - העלפט דער אייבערשטער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.