בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן
טייערער ... נרו יאיר
שטארק זיך זייער מיט דיין הייליגע ארבעט, טויזנטער און טויזנטער זענען זיך מחי' מיט די בריוו פון איש אמונות און פון עצתו אמונה.
איך וויל מאכן א מעשה פאר די קינדער וואס מוהרא"ש האט דערציילט ביי די סעודת ברית פון מיין זון הערשל נרו יאיר. די ברית איז געווען אין בארא פארק ביי מוהרא"ש אין שול, דער מוהל איז געווען מיין פעטער, מיין שווער'ס ברודער, הרב דוד מייזליש שליט"א דער ווייטצענער רב. די ברית איז געווען מאנטאג פרשת דברים, ראש חודש מנחם אב, שנת תשע"ד. די מעשה האב איך געהערט עלף יאר צוריק, און ווען איך דערמאן זיך די מעשה - קומט מיר צו וויינען פון התרגשות, פון דאס הייליקייט פון אידישע קינדער.
בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי א פרוי זיצט אויף דער ערד מיט א קינד אויפן שויס מיט א מעסער אין האנט, און ווי א נאצי שטייט מיט רציחה מיט אן אויסגעשטרעקטן ביקס. אויך זאל מען זען אין דער זייט מענטשן מיט די געשטרייפטע קליידער, און אויך זאל מען זען די שטעכעדיגע דראטן, אזוי ווי עס איז געווען אין לאגער.
דאס איז די מעשה:
די פרוי האלט א זעקל מיט ביידע הענט, קיינער ווייסט נישט וואס עס ליגט אין די זעקל, עפעס א סוד האלט זי דארט, זי גייט שטילערהייט צום בלאזובער רב זכר צדיק לברכה און זי פרעגט אים עפעס שטילערהייט, דער נאצי ימח שמו שטרעקט אויס זיין רעוואלווער און פרעגט דעם רב: "זאגט מיר שוין יעצט וואס פאר א סודות ענק רעדן דא, אז נישט וועל איך ענק שיסן".
דער רב ענטפערט פאר דעם רשע אז די פרוי האט אים געבעטן א מעסער, "א מעסער? וואס דארף זי א מעסער?!" דער נאצי נעמט ארויס זיין מעסער און געבט עס פאר די פרוי, דער נאצי ווייסט נישט וואס די פרוי וויל טון מיט די מעסער, זיכער וויל זי זיך אליינס שעדיגן, אבער קינדער, ווער ווייסט? ווער ווייסט וואס ליגט אין די זעקל און ווער ווייסט פארוואס די פרוי וויל א מעסער?
טייערע קינדער, אין די צייטן פון די צווייטע וועלט מלחמה ווען די דייטשע רוצחים האבן אויסגע'הרג'עט אלע אונזערע זיידעס און באבעס, האט פאסירט די מעשה. א פרוי האט געבוירן א קינד אין לאגער, א זיסע ליכטיגע אינגעלע בעבי, די פרוי האט באהאלטן די קינד אין א זעקל אז די נאציס זאלן אים נישט זען, און ווען די פרוי האט פארשטאנען אז מען גייט איר שוין כמעט הרג'ענען מיט איר זיסע ליכטיגע אינגל בעבי, האט זי זייער שטארק געוואלט מאכן א ברית פארן קינד, און דאס איז די סיבה פארוואס זי האט געבעטן א מעסער פונעם רב, זי האט געוואלט איר קינד זאל זיין גע'מל'עט איידער ער גייט אוועק פון די וועלט.
ווען דער נאצי ימח שמו האט געגעבן די מעסער פאר די פרוי האט די פרוי זיך אראפגעזעצט, געעפנט די זעקל און געגעבן א שריי: "ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם אשר קדשנו במצותו וצנו להכניסו בבריתו של אברהם אבינו", און געמאכט די ברית, און ווען דער נאצי האט דאס געזען האט ער געשוימט פאר כעס, ער האט שיעור נישט פארלוירן זיין אטעם; דאס האט ער נישט געקענט טראכטן, אז דער איד איז אזא עקשן, דער איד איז אזוי שטארק, ער לאזט נישט אפ די אמונה, ער דינט דעם באשעפער מיט מסירות נפש.
ער האט געכאפט זיין רעוואלווער און זיי ביידע געשאסן צום טויט, די מאמע מיט איר נייע געבוירענע קינד, און זייער נשמה איז ארויף אין הימל צום העכסטן פלאץ, ביזן כסא הכבוד, מיט אלע זעקס מיליאן אידישע קינדער.
טייערע קינדער ווי איז דא נאך אזא הייליגע זאך ווי א איד וואס וויל גארנישט, דער איד איז זיך מוסר נפש צו טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן. לאמיר אלע בעטן דעם אייבערשטן: "חַנּוּן הַבִּיטָה מִמְּרוֹמִים", הייליגער באשעפער קוק אראפ פון הימל און זע - "תִּשְׁפֹּכֶת דַּם הַצַּדִּיקִים" דאס פארגאסענע בלוט פון אידישע קינדער, "וְתַמְצִית דָּמִים", און ווי מען קוועטשט אונז אויס אונזער בלוט, "תִּרְאֶה בְּפַרְגּוּדָךְ וְהַעֲבֵר כְּתָמִים, אֵל מֶלֶךְ יוֹשֵׁב עַל כִּסֵּא רַחֲמִים".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.