בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, ערב ט' באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן
מרת ... תחי', קרית ברסלב
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אז דער דאקטער זאגט אים ער טאר נישט עסן קיין צוקער און זי לייגט אים נישט קיין צוקער אין די עסן, און ער שרייט אויף איר: "טייל מיך נישט איין וואס צו טון, קאנטראל מיך נישט", און זי פרעגט אויב זי מעג על פי הלכה אים לייגן צוקער אין זיין עסן אין זיין טרינקען.
ווי איך פארשטיי איז נישט די צוקער וואס טוט אים וויי, נישט דאס שטערט אים; וואלט זי אים געמאכט שפירן ווי א טייערקייט, וואלט זי גערעדט צו אים מיט עהרע - וואלט ער קיין צוקער נישט געדארפט; ער שרייט 'צוקער' אבער ער דארף 'עכטע צוקער'.
א פרוי קען מיט חכמה אלעס פועל'ן ביים מאן; פרויען מיט אביסל פון זייער חכמת נשים, מיטן מאכן שפירן דעם מאן ווי ער איז ווערד - קענען זיי ווען אלעס אויף דער וועלט פועל'ן; דאס איז קלאר און דאס איז ביי יעדן איינעם, נישטא קיין אויסנאם.
זייט איר מחזק, זי זאל אים שעצן און עהרע געבן, און אויב מיט דעם אלעם דארף ער צוקער - זאל זי אים געבן אביסל צוקער.
שמחה היילט אויס, שמחה נעמט אוועק אלע מחלות, שמחה איז די מקור הברכות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד) אלע מחלות קומען פון עצבות און מרה שחורה; דעריבער האט אונז דער רבי אזוי שטארק געהייסן זיך מוסר נפש זיין אויף מידת השמחה.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.