בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז געווען אמאל וואס די דאקטוירים האבן אים אנגעשראקן אז ער האט נאך א קורצע צייט צו לעבן, מוהרא"ש שרייבט (אשר בנחל חלק כז, מכתב ד' שיט), ער דאנקט דעם אייבערשטן אז ער האט געטראפן גאר גוטע דאקטוירים וואס האבן אים געראטעוועט און האלטן אים ווייטער ביים לעבן; דאקטער פרייליך, דאקטער לערנער, דאקטער וואסערמאן און דאקטער פעלדמאן, דאס איז די פיר הייליגע עבודות וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן. די עבודה פון זיין פרייליך; דער דאקטער פרייליך איז גאר א גרויסער דאקטער, ער היילט אויס אלע סארט קרענק, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", מען זאל זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דערביטערט, "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם", ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען - "כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", ווייל מען איז דערביטערט און נישט פרייליך, "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ", אפילו די דאקטוירים זאגן, "שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.
ווען די דאקטוירים האבן אנגעשראקן מוהרא"ש אז אט אט וועט ער דארפן אוועק גיין פון די וועלט איז מוהרא"ש געלאפן צו דאקטער לערנער, דאס איז לערנען די הייליגע תורה, ער האט געלערנט פלייסיג תורה, שיעורים כסדרן בכל התורה כולה אויפן סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און וואונדער איבער וואונדער, דער דאקטער איז גאר א גרויסער און גאר א גוטער דאקטער, און מוהרא"ש האט לאנגע יארן געלעבט און געגעבן לעבן פאר הונדערטער און טויזנטער מענטשן.
אויך דאקטער פעלדמאן; מוהרא"ש איז געגאנגען אין פעלד, זיך מתבודד געווען, גערעדט צום אייבערשטן, געזינגען צום אייבערשטן, געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן.
אויך צו דאקטער וואסערמאן; מוהרא"ש איז געגאנגען אין מקוה, אין וואסער, זיך גע'טובל'ט. דער רבי זאגט (ספר המידות אות המתקת הדין, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", דורך זיך טובל'ן איז מען ממתיק אלע דינים.
שטארק זיך ליבער ברידער, דער אייבערשטער איז גרויס און מיט די פיר דאקטוירים קען מען זען גרויסע ניסים; דורך שמחה (דאקטער פרייליך), דורך לערנען (דאקטער לערנער), דורך זיך מתבודד זיין (דאקטער פעלדמאן) און דורך גיין אין מקוה (דאקטער וואסערמאן) - קען מען היילן אלעס, און צוקומען צו אלע מדריגות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.