בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מער נישט רייכערן אום יום טוב
אומאן, שיעורים כסדרן, יום טוב, רייכערן

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית יואל


רייכערן יום טוב איז חילול יום טוב. מוהרא"ש פלעגט זאגן אלע יארן ביי די דרשות אין אומאן אז רייכערן יום טוב איז חילול יום טוב, (איין יאר האט מוהרא"ש זיך אויסגעדרייט צו זיין איידעם הרב משה עסטרייכער שליט"א, א דיין, אים פרעגן אויב עס איז טאקע אזוי).


ביסט געקומען רעדן צו מיר יום טוב, האסט געשטינקען פון צוגארעטליך, דאס האט מיר זייער פארדראסן, דעריבער האב איך נישט געוואלט רעדן מיט דיר. יעצט אז דו זאגסט מיר אז דו נעמסט אויף דיר אז דו גייסט מער נישט רייכערן יום טוב בין איך זייער צופרידן.


עס האט מיר זייער געשטערט אז ביי אונזער בנין רייכערט מען יום טוב.


באניי זיך מיט לימוד ח"י פרקים משניות יעדן טאג, און אויך מיטן זאגן דעם 'יום תהילים'; זיי נישט מוותר אויף די צוויי שיעורים, וועסטו זען גרויסע ישועות בגשמיות וברוחניות.