בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א מפיץ דארף זיין אנגעטון שיין און ריין
הפצה, ריינקייט, מוהרא"ש, תכלית

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר-בחקותי, כ"א אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


שטארק זיך צו גיין הפצה; זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט.


אינעם היינטיגן גרויסן טאג ווען עס געפאלט דער געבורטס-טאג פון מוהרא"ש דארפן מיר זיך מאכן א שטיקל חשבון הנפש וואס מיר האבן שוין געטון אויף די וועלט צו ברענגען משיח, צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן.


געב א קוק צו וואס מען קען זוכה זיין; לאמיר זיך מאכן א חשבון, מוהרא"ש איז געווען איין מענטש אליין, איינער אליין; איך געדענק נישט נאך מענטשן וואס זענען געווען אזוי אליין ווי מוהרא"ש, ער האט גארנישט געהאט, אלע זענען געווען קעגן אים; מיט דעם אלעם האט ער פארשפרייט דעם רבי'ן אויף די גאנצע וועלט, אריינגעברענגט אזויפיל קדושה אין די וועלט, אזויפיל לימוד התורה אין די וועלט, אזויפיל שלום בית ביי פארפעלקער, אזויפיל אידן צוריק געברענגט צום אייבערשטן; מוהרא"ש איז צוריק צום אייבערשטן מיט אזויפיל זכותים, דארפן מיר זיך פרעגן מיט וואס וועלן מיר צוריק גיין צום אייבערשטן... ווייל די יארן גייען און לויפן אזוי שנעל, אזוי ווי עס שטייט "כַּצֵּל יָמֵינוּ עַל הָאָרֶץ וְאֵין מִקְוֶה" (דברי הימים-א כט, טו), זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", הלואי זאלן אונזערע טעג זיין אזוי ווי דער שאטן פון א וואנט וואס נעמט אביסל צייט ווי לאנג עס גייט אריבער, אדער ווי דער שאטן פון א בוים, אבער אז מען קוקט גוט זעט מען אז דאס לעבן פונעם מענטש איז ניטאמאל ווי אזא שאטן נאר פליט דורך ווי די שאטן פון א פייגל וואס פליט.


גיי ווייטער הפצה, פארפעל נישט קיין איין טאג פון הפצה; געב אכטונג צו גיין אנגעטון שיין בשעת דו ביסט מפיץ. פוץ אויס דיינע שיך, מען טאר נישט ארומגיין מיט שמוציגע שיך; עס איז נישט קיין תירוץ אז אז מען וואוינט צווישן פעלדער וכו'. א תלמיד חכם טאר נישט גיין אנגעטון שמוציג, בפרט מיט שמוציגע שיך און זיכער נישט בשעת הפצה, וואס דעמאלט קוקט מען אויפ'ן מפיץ, מען וויל זען: 'וואס איז ברסלב? ווער איז ברסלב? ווי אזוי פירן זיך די ברסלב'ע?'


פוץ זיך אויס דיין הוט, דיין שיך און דיין רעקל פאר דו גייסט הפצה כדי דו זאלסט מאכן א גוטע און שיינע נאמען פאר'ן רבי'ן, אזוי וועסטו אויך קענען מקרב זיין אלפים ורבבות מענטשן צום אייבערשטן.


איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער און פון היינט אן וועסטו אכטונג געבן.