בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די מקוה שבועות פארטאגס
שלום בית, התחזקות, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


החתן ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


מזל טוב פאר דיין שידוך, איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט א חתן געווארן מיט א חשוב'ע כלה, גייסט אריין אין א חשוב'ע שטוב פול מיט יראת שמים; דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט אויפשטעלן אן ערליכע שטוב געבויט אויף די תורה און אויף די וועגן פון צדיקים.


איך וויל דיר שרייבן אביסל פון דאס גרויסקייט פון שבועות ביינאכט, פון די גרויסע תיקונים וואס מען קען זוכה זיין. נאכן אויפזיין שבועות ביינאכט נאנט צום עלות השחר זאלסטו גיין אין מקוה זיך טובל'ן, ווייל שבועות פארטאגס ווען מען טובל'ט זיך אין מקוה קען מען זוכה זיין צו קומען צו זייער הויכע מדריגות. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן נו), זיך טובל'ן אין מקוה שבועות פארטאגס, נאנט צום עלות השחר, איז אזוי גרויס, מען קומט צו שער נ', און מען קען זוכה זיין צו באקומען 'הייליגע מוחין', מען איז זוכה צו באקומען שכל און דעת פון גאר א הויכע פלאץ.


וויסן זאלסטו, א גאנץ יאר, ווען אימער מען קען נאר גיין אין מקוה זיך טובל'ען - ווערט מען הייליג און מען נעמט אראפ פון זיך אלע טומאות און אלע דינים, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה", דורך זיך טובל'ן אין מקוה ווערט בטל אלע צרות און מען זעט ישועות; און דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען"; מען ווערט א הייליגע גוף צו זיין גרייט מקבל צו זיין קדושה וטהרה.


דעריבער זאלסטו א גאנץ יאר זיך צוגעוואוינען די ערשטע זאך אינדערפרי גיין אין מקוה, הייב אן דיין טאג מיט מקוה. זאלסט נישט רעדן אין מקוה, מאך זיך א קבלה נישט צו רעדן און שמועסן אין מקוה, און זיכער יום טוב שבועות פארטאגס זאלסטו זיך טובל'ן אין מקוה, און נישט רעדן קיין דברים בטלים. און נאכן גיין אין מקוה זאלסטו אדער גיין דאווענען שחרית ותיקין, אדער זאלסטו ליינען קריאת שמע של שחרית און זיך אראפלייגן כדי צו קענען זיין אויסגעריט צום דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.