בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מ'קען נישט צווינגען צו גיין צום דאקטער, מ'קען נאר מתפלל זיין
תפילה והתבודדות, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג פאר דיין ווייב תחי' אז די איינציגסטע זאך וואס זי קען טון פאר איר מאמע תחי' אז זי זאל האבן א רפואה שלימה איז 'דאווענען צום אייבערשטן'. זי זאל זיך נישט אריינמישן ווייל זי וועט נאר האבן שברי לב דערפון; אז זי וויל נישט גיין אין שפיטאל, זי לאזט זיך נישט פון אלע געשוויסטער, פארוואס זאל זי זיך אויפעסן אומזיסט?!


איך שיק דיר פאר איר א בריוו איר צו בארואיגן.


מרת ... תחי'.


אייער מאן האט מיר דערציילט אז אייער מאמע שפירט זיך נישט גוט השם ירחם, אלע געשוויסטער האבן פראבירט איר צו נעמען אין שפיטאל אבער זי לאזט זיך נישט וכו', און איר ווילט וויסן וואס צו טון.


וויסן זאלט איר אז מען קען נאר העלפן יענעם ווען יענער וויל זיך לאזן העלפן, אז יענער וויל זיך נישט העלפן קען מען גארנישט טון, דערפאר זאלט איר נישט האבן קיין שולד געפילן אז אלעס איז תלוי אין אייך ווען באמת קענט איר גארנישט טון. אז מען פרעגט אייך אן עצה זאלט איר געבן אייערע עצות, אבער אז זיי אליינס זענען מחליט וואס צו טון זאלט איר זיך נישט ארום דרייען מיט א שולד געפיל (גילטי קאנטשעס) אז איר מאכט קראנק אייער מאמע חס ושלום.


איר זאלט זאגן תהילים אז זי זאל האבן א רפואה שלימה, אויך זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן צוזאמען מיט אייערע קינדער; יעדע נאכט פאר מען גייט שלאפן זאל מען בעטן צוזאמען: "הייליגער באשעפער, העלף אונזער באבי זאל זיין געזונט", דאס וועט פועל'ן א רפואה פאר אייער מאמע און פאר אלע אידן.


מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס תפילה איז; רבי נתן האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תלט) אז ווען דער רבי איז שוין געווען זייער נישט געזונט דעם לעצטן ראש השנה פון רבינ'ס לעבן שנת תקע"א איז געווען ביים רבי'ן אן אייניקל – ישראל'יק, א זון פון שרה דעם רבינ'ס טאכטער - דער אייניקל איז אריין צום רבי'ן אין שטוב און דער רבי האט אים געבעטן: "דאוון פאר מיר אז איך זאל זיין געזונט", האט ער געפרעגט דעם רבי'ן: "וואס וועל איך באקומען פאר דעם?" האט דער רבי געשמייכלט און געזאגט פאר די תלמידים: "ער פירט זיך שוין ווי א גוטער איד", (אזוי פלעגט מען דעמאלט רופן א רבי – 'א גוטער איד'), האט אים דער רבי געגעבן זיין גאלדענעם זייגער; ישראל'יק האט גענומען דעם זייגער און געזאגט הויך אויפן קול: "גאט גאט! לאז מיין זיידע זיין געזונט", און אלע האבן זיך צולאכט, האט זיך דער רבי אנגערופן צו זיי און געזאגט: "וואס לאכט איר, וואס דען איז תפילה?!"; זיי האבן געלאכט מיינענדיג צו זאגן ווי איינער פרעגט: 'דאס מיינט תפילה? אויף דעם האסטו באקומען א זייגער?!' האט דער רבי זיי געזאגט: "וואס דען איז תפילה?!" דאס איז תפילה! פשוט'ע ווערטער פארן אייבערשטן, אן קיין שום צוגעלייגטע זאכן וכו'.


דאס זאלט איר טון מיט אייערע קינדער, איר זאל זאגן צוזאמען: "הייליגער באשעפער! העלף אונזער באבי זאל זיין געזונט"; די גרעסטע כיבוד אב ואם איז אז איר וועט אויפציען אייערע קינדער און זיין פאר זיי א געטרייע מאמע.


דער אייבערשטער זאל העלפן אייער מאמע זאל האבן א רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.