בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת דברים, ז' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי מיך זייער צו הערן פון דיר און איך בענק מיר אויך זייער נאך דיר; איך האף דיר צו זען ראש השנה אין אומאן.
בנוגע אז דיין ווייב געבט נישט אכטונג צו צודעקן איר האר וכו'; אמת טאקע אז האר דארף זיין צוגעדעקט און עס איז זייער הארב אז האר זאל זיך ארויס זען, אבער אויב די פרוי פארשטייט דאס נישט, זי איז אויפגעוואקסן אן דעם וואס זי זאל באקומען א חינוך אויף דעם, דארף מען זיין זייער פארזיכטיג ווי אזוי צו רעדן פון דעם אז מען זאל נישט ערגער מאכן וכו'.
דו שרייבסט מיר אז ווען דו זאגסט איר וועגן איר האר זאגט זי דיר: "הער אויף משוגע מאכן וועגן די האר", און דו בעסט מיר אן עצה ווי אזוי דו קענסט איר מסביר זיין דער חומר הענין.
וויסן זאלסטו טייערער ליבער ...: בזה העולם דארף מען האבן אסאך סבלנות; מען קען נישט ארויפצווינגען קיין שום זאך אויפן ווייב, מען דארף אריין לייגן אסאך ליבשאפט אין שטוב און האבן אסאך סבלנות ביז מען פועל'ט, דעריבער בעט איך דיר מיין טייערער ..., געב איר אסאך ליבשאפט ווי אויך גוטע ווערטער און הער אויס אירע ווייטאגן וואס זי איז אריבער.
רעד נישט צו איר פון איר האר; דו בעט דעם אייבערשטן ער זאל מאכן א נס מיט דיר אז דיין ווייב זאל אכטונג געבן צו גיין אינגאנצן צוגעדעקט, וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט דיר העלפן. טשעפע נישט דיין ווייב וועגן דעם וואס זי דעקט זיך נישט צי אינגאנצן איר האר; עס איז טאקע א הארבע זאך אז די האר זאל זיך נישט ארויסזען, עס איז נישט עפעס א חומרא וכו' אדער עפעס א חסידי'שע זאך וכו', נאר אויב א פרוי דעקט נישט צו איר האר באקומט זי א גט על פי תורה, און דער זוהר הקדוש שעלט א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, אז דאס ברענגט צרות, עניות און דחקות וכו' וכו'. אבער מען דארף וויסן ווי אזוי מען רעדט צו א ווייב וועגן דעם ענין.
בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג:
"רבונו של עולם, איך בעט דיר זייער, לייג אריין א הייליגקייט אין מיין ווייב זי זאל אכטונג געבן אז איר האר זאל זיין צוגעדעקט אינגאנצן; איך האב זייער מורא פון דאס וואס שטייט אין זוהר הקדוש (נשא קכה.) אויף א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, זי איז גורם עס זאל זיין ארימקייט אין שטוב, אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, אזוי אויך איז זי גורם אז דער ס"מ זאל זיין אין איר שטוב.
הייליגער באשעפער, יעדעס מאל איך רעד צו מיין ווייב וועגן אירע האר ווערט זי ברוגז אויף מיר און זי וויל נישט הערן וואס איך זאג איר. איך ווייס נישט וואס צו טון, ווייל פון איין זייט וויל איך איר נישט וויי טון, איך וויל לעבן מיט איר בשלום און מיט ליבשאפט, אבער פון דער אנדערע זייט וויל איך טון דיין ווילן און איך וויל אויפשטעלן א שטוב מיט ערליכע קינדער.
הייליגער באשעפער זי טוט עס נישט פון שלעכטיקייט, זי ווייסט פשוט נישט די הארבקייט דערפון. טאטע זיסער, "אַתָּה חוֹנֵן לְאָדָם דַּעַת", דו געבסט פארשטאנד פאר אלעמען, געב מיר א וועג ווי אזוי איך זאל קענען רעדן מיט איר, זי זאל פארשטיין דאס הארבקייט".
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו אליינס זאלסט זיך אויך פארבעסערן אין אלע דיינע וועגן, ווייל אז דו וועסט זיין אן ערליכער איד און דו וועסט האבן יראת שמים וועט דיין ווייב דיר אויסהערן; אזוי זאגן אונזערע הייליגע חכמים (ברכות ו:): "כָּל אָדָם שֶׁיֵּשׁ בּוֹ יִרְאַת שָׁמַיִם דְּבָרָיו נִשְׁמָעִין", יעדער מענטש וואס האט יראת שמים ווערן זיינע רייד אנגענומען; אז דו וועסט ארבעטן אויף דיר, וועט דיין ווייב אננעמען דיינע ווערטער און איר וועט לעבן א שיינע לעבן באהבה ואחוה ושלום וריעות.
זיי געזונט און שטארק.