בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), ז' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
שטארק זיך מיטן אנטון טלית ותפילין יעדן טאג, און פריי זיך אז דו ביסט זוכה אנצוטון טלית און תפילין, דאס איז דאך די גרעסטע זאך, אז מען איז זוכה צו טון די מצוות פונעם אייבערשטן. גיי א טענצל נאך שחרית אז דו האסט זוכה געווען נאך א טאג אנצוטון די הייליגע טלית און תפילין; נאר דאס וועלן מיט מיט נעמען, נאר דאס בלייבט פונעם מענטש.
זאג די תיקון הכללי מיט די טלית ותפילין, עס נעמט נישט לאנג צו זאגן די תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], עס נעמט פינף צען מינוט. דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא), צען קאפיטלעך תהלים איז א גרינגע זאך צו טון, נאר וויבאלד איך האב געזאגט מען זאל זאגן די צען קאפיטלעך – וועט שוין זיין מניעות, עס וועט זיין נישט גרינג; דערפאר האט מוהרא"ש איינגעפירט אין אלע שולן פון "היכל הקודש" אז גלייך נאך עלינו לשבח זאגט מען די צען קאפיטלעך תהלים וואס איז א תיקון הכללי אויף כלליות חטאים, און אזוי איז מען זוכה צו פרנסה אן קיין פלאג (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן כט).
אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג משניות, דאס רייניגט פון אלע שלעכטס, עס נעמט ארויס דעם מענטש פון די ערגסטע בלאטעס, ה'עלית מ'ן ש'אול נ'פשי איז ראשי תיבות משנ"ה, דורך משניות גייט מען ארויס פון גהינום, פון דעם טיפן שאול.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.