בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נאכ'ן לעפל מוסר, באגיס זיי מיט א שיסל התחזקות
חינוך הילדים, ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דעם בחור וכו', ערשטנ'ס עס איז נישט אזוי זיכער אז די מעשה איז בכלל וואר, צומאל קען א בחור מאכן א פאלשע מעשה אויף זיינ'ס א חבר אין ישיבה צוליב קנאה. את חטאי אני מזכיר היום, מיט יארן צוריק, ווען מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט נאך געלעבט, האב איך פארשיקט א בחור פון ישיבה, נאכדעם וואס איינער פון די בחורים זענען זיך געקומען באקלאגן, מיט טרערן אין די אויגן, אויף יענעם בחור, אז ער האט אים באצווינגען און געטון מיט אים מעשה תועבה רחמנא לצלן, ער האט אים געבינדן די הענט און די פיס און געטון וכו' וכו'; איך האב פארשיקט דעם בחור, נאכן הערן אזויפיל מאל פון מוהרא"ש ווי ער ווארנט מיך אז איך זאל אכטונג געבן אז אין ישיבה זאלן נישט זיין בחורים וואס לויפן נאך אנדערע בחורים וכו'.


די קומענדיגע דאנערשטאג נאכט נאכן שיעור, ווען מיר זענען געגאנגען שעפן חיות פון מוהרא"ש; דו האסט נישט קיין השגה, ווי שטארק מיר האבן ארויסגעקוקט א גאנצע וואך ווען וועט שוין זיין ליל שישי און מיר וועלן קענען נאכאמאל זיצן און הערן א שיעור פון מוהרא"ש; דאס האט אונז געגעבן פשוט לעבן און כח פאר נאך א וואך. און די וואכן וואס מוהרא"ש איז געווען אין ארץ ישראל, און עס איז נישט געווען קיין שיעור ליל שישי, איז אונז ממש געווען טינקל אין די אויגן.


נאכן שיעור ווען איך בין אריין צו מוהרא"ש, פרעגט מיך מוהרא"ש: "פארוואס האסטו פארשיקט דעם בחור?" האב איך דערציילט פאר מוהרא"ש די מעשה וואס דער אנדערער בחור האט מיר דערציילט, און ווי ער האט געוויינט מיט טרערן אז ער וויל זיין ערליך און דער בחור באצווינגט אים צו טון מיט אים עבירות. מוהרא"ש קוקט אויף מיר און פרעגט מיר: "ביסטו זיכער אז די מעשה איז אמת?" מוהרא"ש זאגט מיר: "נישט יעדע מאל ווען איינער דערצייילט א מעשה - איז דאס וואר"; מער פון דעם האב איך נישט געדארפט, איך האב גלייך צוריק גענומען דעם בחור אין ישיבה, און געלויבט דעם אייבערשטן, ביידע בחורים האבן חתונה געהאט און אויפגעשטעלט שיינע ערליכע אידישע שטיבער.


דאס זעלבע פרעג איך דיר: "ביסטו זיכער אז די מעשה איז אמת? נישט יעדע מאל ווען איינער דערציילט א מעשה איז דאס וואר".


צווייטנס, אפילו עס זאל יא זיין אמת די מעשה, אז דער בחור האט געזאגט פאר א צווייטן בחור ווי אזוי מען קען אויפזוכן שלעכטע זאכן צו קוקן, דארפסטו – אלס מחנך – אים ווייטער ליב האבן, און נאר אזוי וועסטו אים קענען מאכן פאר אן ערליכער איד.


רעד צו דיינע תלמידים אז מען זאל אכטונג געבן צו האבן ריינע אויגן, געב זיי א לעפל מוסר און נאכן געבן דעם לעפל מוסר באגיס זיי מיט א שיסל התחזקות, אז אפילו מען איז אראפגעפאלן אין קוקן עבירות, האט דער אייבערשטער נאכאלץ ליב דעם מענטש און מען קען נאך זיין א גרויסער צדיק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; דורך גיין אין מקוה, זאגן תיקון הכללי און זאגן ח"י פרקים משניות. ווייל מוהרנ"ת האט אונז געזאגט: "פאר יעדע לעפל מוסר וואס מען געבט דעם מענטש דארף מען אים אנגיסן מיט א שיסל חיזוק", און דאס איז זייער וויכטיג פאר מחנכים; סיי מלמדים, מגידי שיעורים, לערערינס, מנהלים, מנהלת; ווען מען געבט א לעפל מוסר פאר א תלמיד, א תלמידה, דארף מען געדענקען פון מוהרנ"ת, אנצוגרייטן א שיסל חיזוק מיט ליבשאפט צו גיסן אויפן מענטש, ווייל דער סמ"ך מ"ם האלט אין איין צעקלאפן דעם מענטש אינערליך, ער מאכט אים שפירן ווי דער אייבערשטער האט אים שוין מער נישט ליב, ספעציעל, גייען די בני הנעורים אריבער די סארט געפילן, זיי שלאגן און האקן זייער נפש אז 'פון מיר וועט שוין סיי ווי גארנישט זיין, א צדיק וועל איך שוין זיכער נישט זיין, צוליב מיינע עבירות וואס איך האב שוין געטון'.


טייערער ליבער ..., דאס וואס דו האסט מיר געשריבן אינעם בריוו וכו' וכו', געדענקזשע וואס איך האב דיר געלערנט, אז די זעלבע מחשבה וואס דו האסט אויף א תלמיד, אז ער דארף דיך נישט, ער איז ברוגז אויף דיר און ער פירט מיט דיר א רוגזה, די זעלבע קטנות הדעת האט דער תלמיד, ער טראכט דאס זעלביגע, אז 'דער מגיד שיעור האט מיך נישט ליב, און דער מגיד שיעור איז ברוגז אויף מיר, און דער מגיד שיעור פירט מיט מיר א רוגזה'; ווען באמת איז דאס נישט אזוי, דער תלמיד שטייט און ווארט אויף א גוט ווארט פון דיר, ער שטייט און ווארט צו באקומען א ליבליכע שמייכל, און ער קען דאס נישט באקומען צוליב דעם וואס דו ביסט בקטנות הדעת.


גיי אביסל התבודדות, זוך זיך אויף א שטילע ווינקעלע, און דארט זאלסטו זיך אויסשמועסן מיטן הייליגן באשעפער, בעט אים: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין בגדלות המוחין, איך זאל קענען אויפהייבן אלע מיינע תלמידים, איך זאל זיי אלע ליב האבן, און איך זאל נישט גלייבן ווען מען רעדט צו מיר אויף זיי שלעכטס, העלף מיר איך זאל האבן חן ביי זייערע אויגן און זיי זאלן האבן חן אין מיינע אויגן, און ווען איך זע ווי א תלמיד בלאזט אויף מיר, זאל איך געדענקען אז דאס איז נישט ווייל ער איז מיך נישט גורס, איך זאל געדענקען אז דאס איז א סימן אז ער איז צעבראכן, דאס איז א סימן אז ער דארף פון מיר מער ליבשאפט און ווארעמקייט פון אנדערע".


איך דארף מקצר זיין, איך בין זייער פארנומען מיט די ארבעט.


לייג אוועק די בריוו ווייל דו וועסט דארפן די בריוו לימים הבאים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.