בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער זון הרב ... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך פריי זיך זייער צו הערן שיינע גריסן אויף דיר, אז דו דאווענסט מיט יראת שמים, דאווענסט אויף איין פלאץ מיט א סידור, אן קיין שמועסן; איך בין אזוי פרייליך דאס אלעס צו הערן, אויך דערציילן מיר די כולל אינגעלייט אז דו לערנסט מיט התמדה. איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין זוכה צו זען מיינע קינדער לערנען און דאווענען.
זע צו זיין צייטליך אין כולל, איינע פון די סודות פון מצליח זיין איז זיין מיט א סדר צייטליך. אויך זאלסטו זאגן פאר אלע אינגעלייט אז איך וויל זייער אלע זאלן זיין צייטליך, און נאר אז מען איז צייטליך – קען מען מצליח זיין.
גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פרי, זאגט דעם יום תהלים, נאכדעם זאלסטו לערנען ח"י פרקים משניות; תהילים און משניות זאלן זיין דיינע ערשטע שיעורים.
פון דיין טאטע וואס בעט פאר דיר.