בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו מיט די גוטע בשורה.
איר שרייבט מיר אז ווען איר זענט געווען ביי מיר מיט אייער מאן דערציילן אייער פראבלעם אז איר קענט נישט האבן קיין קינדער, און איך האב אייך דעמאלט געזאגט: "מיט אמונה און תפילה וועט איר האבן נאטורליך נאך קינדער" - האט איר געלאכט פון דעם, און יעצט זעט איר מיט אייערע אויגן אז דער אייבערשטער געבט קינדער. אזוי ווי מיר געפונען אין די ווערטער פון די הייליגע חכמים (תענית ב.): "שְׁלֹשָׁה מַפְתְּחוֹת בְּיָדוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דריי שליסלען איז נאר אין די הענט פונעם אייבערשטן, איינע פון די דריי שליסלעך איז "מַפְתֵּחַ שֶׁל חַיָּה", דאס הייסט קינדער; וויל איך אייך זאגן אז ווען איך האב גערעדט מיט אייך און אייער מאן איז ביי מיר געווען ברור כשמש אז איר וועט זוכה זיין צו ליכטיגע קינדער. נישט דער דאקטער געבט קינדער און נישט דער דאקטער געבט לעבן, נאר אלעס קומט פונעם אייבערשטן; מען דארף אין דעם גלייבן אזוי ווי מען זעט דאס מיט די אויגן, דעמאלט איז מען זוכה צו גרויסע ניסים.
בנוגע אייערע פחדים וכו'; איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אמונה וועט איר זיין געזונט און שטארק, ווייל אמונה איז די רפואה פאר אלסדינג. א שאד מענטשן זאלן זיך פייניגן מיט מחלות קשים ומרים ווען עס איז דא א וועג ארויס צו גיין פון דעם גרינגערהייט; דורך אמונה גייען אוועק אלע פראבלעמען, אלע דמיונות און אלע שרעק וכו' וכו'. לייגט אייך אריין אין אמונה וועט איר זען ווי אלעס איז א גרויסער דמיון און איר וועט לעבן רואיג און צופרידן.
איך שרייב אייך אפאר אמונה ווערטער וואס איר זאלט זאגן יעדן טאג אויפן קול פאר זיך אליין; דאס איז נישט קיין תפילה, דאס איז אמונה ווערטער וואס איר דארפט דאס חזר'ן צו זיך אליינס; איר זאלסט ארויס זאגן די ווערטער אויפן קול און הערן וואס איר רעדט, וועט איר זען אז ביז א קורצע צייט וועט אוועק גיין פון אייך אלע שרעק און דמיונות וכו' וכו':
"אִיךְ גְלֵייבּ מִיט מַיין גַאנְצֶע אֱמוּנָה אַז אַלֶעס וָואס פַּאסִירְט מִיט מִיר אִיז מִיט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן קֵיינֶער קֶען מִיר גָארְנִישְׁט טוּן; קֵיינֶער קֶען מִיר נִישְׁט שְׁלֶעכְטְ'ס טוּן וַוייל דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז דָא נֶעבְּן מִיר, עֶר הִיט מִיר אוּן גֶעבְּט אַכְטוּנְג אוֹיף מִיר.
אִיךְ גְלֵייבּ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז דָא; עֶר אִיז מִיט מִיר, בַּיי מִיר אוּן נֶעבְּן מִיר אוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ זֶע אִיז אַ פַארְשְׁטֶעלַאכְץ פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן. אַלֶעס אוֹיף דִי וֶועלְט אִיז עֶר אַלֵיין; עֶר גֶעבְּט מִיר לֶעבְּן, עֶר גֶעבְּט מִיר קִינְדֶער אוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ דַארְף.
עֶס קֶען מִיר גָארְנִישְׁט גֶעשֶׁען; נִישְׁט קַיין שְׁלֶעכְטְ'ס אוּן נִישְׁט קַיין גוּטְ'ס, נָאר אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער בְּרֶענְגְט עֶס, אוּן אוֹיבּ עֶפֶּעס שְׁטֶערְט מִיר וֶועל אִיךְ אִים בֶּעטְן עֶר זָאל מִיר הֶעלְפְן אוּן עֶר וֶועט מִיר הֶעלְפְן".
דאס זאלט איר חזר'ן יעדן טאג אן א שיעור מאל; זאגטס עס אויפן קול איר זאלט דאס הערן. דאס וועט אוועק נעמען פון אייך אלע אייערע פחדים און אומזיסטיגע שרעק.