בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
וויסן זאלט איר, אויב מען וויינט אומזיסט - לייגט מען זיך אריין אין א גרויסע סכנה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית כט.) דער אייבערשטער זאגט פאר די אידן: "אתם בכיתם בכיה של חינם", ענק וויינען אומזיסט, "ואני קובע לכם בכיה לדורות", איך וועל ברענגען שלעכטס אויף וואס צו וויינען; איר ליידט נישט, איך ווייס נישט פון וואס איר רעדט, איר האט א גאלדענע מאן, א ירא שמים, מיט גאר גוטע מידות, און ער מעג נעמען חיזוק פון רבי'ן, און אויב עס שמעקט נישט פאר די עלטערן - איז דאס נישט זיין פראבלעם, דאס איז זייער אייגענע פראבלעם.
מען לאכט אין הימל פון עלטערן וואס וויינען ווען זייער קינד גייט נישט צו די זעלבע רבי ווי די עלטערן גייען, מען לאכט פון עלטערן וואס נעמען חסדים פונעם אייבערשטן, קינדער וואס ווילן זיין ערליך און וועלן זיך אויס א פלאץ פון יראת שמים - און מען מאכט דאס פאר א צרה.
דער הייליגער צדיק דער ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו פרעגט, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לב:), אלע טויערן פארמאכט מען, אבער 'שערי דמעה', די טויערן פון טרערן - 'לא ננעלו' פארשפארט מען נישט; פרעגט ער, אויב מען פארשפארט זיי קיינמאל נישט, נו וואס דארף מען דארט האבן טירן? זאג אז די טויערן פון טרערן האבן נישט קיין טירן וואס מען קען בכלל פארמאכן! זאגט ער, עס פעלט יא אויס די טירן, אמאל פארמאכט מען יא די טירן, די לשון זאגט ער, "ווען א נארישע מאמע וויינט אויף איר קינד אז ער איז אנגעקומען צו א צדיק - דעמאלט פארמאכט מען די טירן".
האט שכל, אנשטאט וויינען זאלט איר טאנצן פאר שמחה פאר די מתנה וואס די אייבערשטער האט אייך געגעבן, א מאן א ירא שמים, א בעל מידות. עס קומען צו מיר ווייבלעך וויינען ווי זייער לעבן איז זיי טונקל, זיי האבן א מאן וואס שפילט א דאפלטע לעבן, ער מאכט זיך שיין פאר מענטשן און אין שטוב שלאגט ער און שרייט, רעגט זיך, מאכט זיך פרום פאר מענטשן און שטילערהייט רחמנא לצלן... דאס איז א געוויין, דאס איז א געוואלד, זיי דארפן חיזוק; איר דארפט טאנצן פאר שמחה.
קויפט אייך גוטע ספיקערס און צינדט אן אין שטוב באופן קבוע לעבעדיגע טאנצעדיגע לידער און טאנצט מיט די קינדער, דאס וועט אייך ברייט מאכן די מח, איר וועט נישט ווערן צעדרוקט פון דעם און פון יענעם, און ווען די עלטערן וועלן רופן וויינען און סטראשען - וועט דאס נישט האבן קיין השפעה.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.