בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט אנטרעפן די נארישע חכמים
חברים, משלי, תמימות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


"פָּגוֹשׁ דֹּב שַׁכּוּל בְּאִישׁ", עס איז בעסער פארן מענטש אנצוטרעפן א בער וואס הרג'עט, "וְאַל כְּסִיל, בְּאִוַּלְתּוֹ", און נישט אנטרעפן א נאר וואס רעדט נארישקייט (משלי יז, יב); לכאורה, ווי קען זיין ערגער ווי א פארציקנדע בער? נאר דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פא): "בְּנֵי אָדָם הֵם מוֹנְעִים גְּדוֹלִים מְאֹד", מענטשן זענען די גרעסטע שטער צו עבודת ה', "וְדַע, אִם הָיָה הָאָדָם לְבַדּוֹ", וואלט דער מענטש געווען אליין, "וְלֹא הָיָה אֶצְלוֹ בְּנֵי אָדָם אֲחֵרִים לְמָנְעוֹ", און ער וואלט נישט געהאט מענטשן וואס זאלן אים שטערן, "בְּוַדַּאי הָיָה מַטֶּה עַצְמוֹ לְדֶרֶךְ הַחַיִּים", וואלט ער זיך זיכער געצויגן צום אמת'ן וועג, "כִּי סוֹף כָּל סוֹף הָיָה מַטֶּה תָּמִיד לְדֶרֶךְ הָאֱמֶת", ביים סוף וואלט ער זיך שטענדיג צוריק געקערט צום אמת, "וַאֲפִלּוּ אִם הָיָה עוֹבֵר עֲבֵרָה חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", און אפילו ער וואלט ווען אראפגעפאלן אין טון עבירות חס ושלום רחמנא לצלן, "אַף עַל פִּי כֵן בְּוַדַּאי הָיָה מִתְחָרֵט חֲרָטָה גְּדוֹלָה מְאֹד בְּכָל פַּעַם", וואלט ער זיכער חרטה געהאט, "וְסוֹף כָּל דָּבָר הָיָה נִשְׁאָר אֵצֶל הָאֱמֶת", און ער וואלט צוריק געקומען צום אמת, "אֲבָל כְּשֶׁיֵּשׁ בְּנֵי אָדָם הַמְּבַלְבְּלִים, דְּהַיְנוּ כְּשֶׁהָאָדָם מִתְחַבֵּר חס ושלום לְאֵיזֶה חֲכָמִים בְּדַעְתָּם שֶׁיֵּשׁ לָהֶם אֵיזֶה יְדִיעָה בַּחֲקִירָה וּפִילוֹסוֹפְיָא אוֹ לְכַת לֵצִים", אבער אז מען טרעפט זיך אן מיט נארישע מענטשן וואס האלטן זיך פאר חכמים, וואס מיינען זיי קענען חקירות, פילאזאפיע, אדער מענטשן לצים – "זֹאת הַמְּנִיעָה וְהַבִּלְבּוּל הוּא גָּרוּעַ מֵהַכֹּל", דאס איז ערגער פון אלעס.


דאס זאגט דער פסוק: "פָּגוֹשׁ דֹּב שַׁכּוּל בְּאִישׁ", ענדערש זאלסטו זיך אנטרעפן מיט א פארציקנדע חי', "וְאַל כְּסִיל בְּאִוַּלְתּוֹ", און נאר נישט האבן מיט מענטשן וואס לאכן אפ פון די תורה און פון צדיקים; ווייל דאס איז דאס ערגסטע.


"אַשְׁרֵי הַזּוֹכֶה לֵילֵךְ בְּדֶרֶךְ אֱמֶת לַאֲמִתּוֹ", וואויל איז דעם מענטש וואס איז זוכה צו גיין אין אמת'ן וועג, ער האלט זיך אין די וועג פון די הייליגע צדיקים, "וְלִהְיוֹת 'תָּם וְיָשָׁר יְרֵא אֱלֹקִים וְסָר מֵרַע' (איוב א, א), בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת כְּלָל", ער פירט זיך בתמימות און מיט יראת שמים אן קיין שום חכמות; וואויל איז אים בזה ובבא והבן למעשה.