בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט ארויסהויבן די סמארטפאונס
חינוך הילדים, התחזקות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


אברהם הערש נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


די "שטעטל בלעטל" איז הערליך שיין, אנגעפילט מיט אזויפיל חיזוק און אזויפיל עצות פון רבי'ן, עס קומט דיר א גרויסן יישר כח פאר די כוחות וואס דו לייגסט אריין אין דעם וואך נאך וואך.


בנוגע די בילדער אפטיילונג מיט די קרעדיט פאר די וואס ברענגען די בילדער; מען דארף זען וואס איז ריכטיג, ווייל דאס אפכאפן בילדער ביי אונז אין שול מיט א סמארטפאון און באקומען דערפאר א יישר כח אין אונזער צייטונג – איז נישט וואס מען הערט ביי די שיעורים; ביי די שיעורים און ביי די בריוון רעדט מען אז דאס איז א מזיק, א בור ברשות הרבים, מען לערנט די יוגנט אז ביי די דרשות זאגט מען אסור, אסור, אסור, אבער למעשה אויב ווילסטו זיין פון די קנאקערס, זאלסטו ברענגען א סמארטפאון, אפכאפן די פאסירונגען וכו', און דו באקומסט א קרעדיט; טראכט א געדאנק וואס מען זאל טון אויף להבא, איך וויל נישט אין די קהילה א סמארטפאון.


ווילסט הערן עפעס שרעקעדיג? איך בין געווען אין חדר די וואך, עפעס איז אויסגעקומען צו רעדן פון טעלעפאנס, איך שטיי אין די האלווע"י און ווייז פאר א גרויס קינד מיין טעלעפאן, ווי עס האט א הכשר, און קליינע קינדער פון קינדערגארטן אין כתה א' שרייען מיר: "ראש ישיבה, מיין טאטע האט א סמארטפאון..." עס האט מיר געשטאכן אין הארץ; איך בעט דיר זייער זאלסט טראכטן וואס מען קען טון.