בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט געבן פאר א קינד א טעלעפאן מיט טעקסט
חינוך הילדים, התחזקות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בהעלותך (שלח בא"י), כ' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו תחי'


שוין א לאנגע צייט וואס איך טראכט צו מיר אויב איך זאל ענק זאגן אדער נישט, בנוגע געבן פאר א קינד א טעלעפאן מיט טעקסט מעסעדזש; איך בין ענק דן לכף זכות אז ענק זענען זייער אויסגעטון פון די וועלט, ענק זענען נישט א"פ ט"ו דעי"ט מיט די נסיונות פונעם דור.


טעקסט מעסעדזש פאר א קינד קען זיין שעדליך, ווייל ביים שרייבן געטרויען זיך מענטשן צו שרייבן זאכן וואס זיי וואלטן זיך געשעמט צו רעדן; מען קען אמאל שיקן א מעסעדזש וואס קען שעדיגן דאס קינד, מען קען אמאל שיקן א מעסעדזש א געשריבענע ארטיקל פון ניבול פה, מינות וכפירה פון איינעם צום צווייטן.


ענק זענען בעלי דעה, ענק זענען ערליך און איידל, וואלטן ענק געדארפט מער שטיין אויף די וואַך אז אין שטוב זאל נישט זיין אזעלכע נסיונות. איך ווייס אז ענקער קינד איז ליכטיג און טייער, פאר מיר לוינט נישט צו זאגן, ווייל די קינדער וואקסן דא אויף מיט א שלעכטע טעם אין מויל, אז די עלטערן לאזן אלעס, און דער ראש ישיבה איז די באג"י מע"ן (שרעקעדיגע מענטש), מיר לוינט עס נישט, ווייל וואס דארף איך אז די יוגנט זאל נישט וועלן מקבל זיין וכו', די לעצטע שטיק צייט, ווען קינדער פרעגן מיר – ענטפער איך אויף אלעס: "פרעג דיינע עלטערן", איך האף זיי נישט צו פארלירן וכו'. איך בעט איבער פארן אריין רעדן אין ענקער לעבן, איך וויל נאר עפענען די אויגן.


וואס דארף ענקער קינד באקומען לאנגע שרעקעדיגע מעסעדזשעס פון חברים וואס שרייבן אויס אלע צרות זייערע? א קינד איז נישט גענוג רייף צו קענען הערן א צווייטנ'ס צרות וכו' וואס איז פון טעקסט מעסעדזש.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, איך דארף מקצר זיין, איך פאר יעצט צום נייעם געגנט אין שטעטל פאר שבת, זיך מחזק זיין מיט אנשי שלומינו. שטארקט ענק, מאכט התבודדות און בעטס דעם אייבערשטן פאר ערליכע דורות.