בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ויחי, צום עשרה בטבת, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן: "יעדע פארוואס - איז נאך א קליפה", אזוי ווי צדיקים האבן געזאגט אויפן פסוק (תהלים עט, י): "'לָמָּה' - יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם", א גוי זאגט "לָמָּה?" ווידעראום א איד זאגט: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט האט א חשבון".
מיר דארפן טון וואס דער אייבערשטער הייסט אונז טון אן קיין שום קשיות און אן קיין שום חשבונות; דער אייבערשטער האט אונז געהייסן מחנך זיין אונזערע קינדער מיט יראת שמים און ער זאגט אונז צו אז אויב מיר וועלן מחנך זיין די קינדער מיט יראת שמים וועלן מיר האבן נחת. ממילא קען מען נישט פרעגן קשיות 'פארוואס ביי דעם משפחה זענען אלע קינדער ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן, מיט דעם וואס די עלטערן האבן געטון אלעס פאר זייער יראת שמים?' און אזעלכע אינצידענטן טארן נישט שוואך מאכן די אמונה אין די ווערטער פון צדיקים.
איך האב פארציילט ביי די פאריגע פרויען צוזאמקום א מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט, אז א פרוי איז געקומען צום סטייפלער גאון זכותו יגן עלינו און ביטערליך געוויינט אז אירע קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, יעצט האט איר זון זיך רחמנא לצלן אפגעשניטן די פיאות און די צער גידול בנים וואס זי גייט אדורך; האט איר דער סטייפלער גאון געפרעגט: "איר גיסט זיך אפ נעגל וואסער אינדערפרי?" די פרוי איז רויט געווארן פאר בושה און מודה געווען אז זי גיסט נישט אפ קיין נעגל וואסער, האט דער סטייפלער גאון איר געזאגט: "דעמאלט וואס ווילט איר פון מיר? אז מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער בלייבט די טומאה פון ביינאכט אויף די הענט און וואס מען כאפט אן ווערט טמא, דעריבער איז די גאנצע שטוב פול מיט א רוח טומאה רחמנא לצלן. וואס קען איך טון אז איר אליינס האט זיך גורם געווען די צרות?" מיר האבן דאס דערציילט אלץ א חיזוק פאר די פרויען זיי זאל זיין נזהר אין מחנך זיין די קינדער זיך אנצוגרייטן נעגל וואסער פארן שלאפן גיין, און אינדערפרי זאלן זיי נישט אראפ גיין פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער.
אויף דעם ארויף שרייבט איר אז איר זענט געווארן זייער צעבראכן נאך די דרשה, איר זענט אהיים נאך די דרשה און געוויינט בכיות עצומות אויף אייערע געשוויסטער, הלמאי אייערע עלטערן האבן געטון אלעס אויף דער וועלט צו האבן ערליכע קינדער, זיי האבן יא אפגעגאסן נעגל וואסער וכו' און למעשה זענען עטליכע קינדער ארויסגעגאנגען לתרבות רעה.
איז קודם כל, קוקט אייך אן; ווי אזוי האבן אייערע עלטערן זוכה געווען אויפצושטעלן אזא קינד ווי אייך, וואס איר לעבט מיט אזא שטארקע אמונה און איר גייט אזוי בצניעות וכו' וכו'? צווייטנס, מען טאר נישט פרעגן קיין קשיות אויפן אייבערשטן; מיר דארפן טון וואס מיר האבן צו טון און דער אייבערשטער זאל טון וואס איז גוט אין זיינע אויגן.
דריטנס בעט איך אייך זייער: שטארקט אייך מיט אלע כוחות אויפצוציען אייערע קינדער בקדושה וטהרה. לאזט אייך נישט צעברעכן פונעם יצר הרע וואס וויל אלעס טון אייך צוצונעמען אייער משפחה - היה לא תהיה!
היינט איז דער יארצייט פון הייליגן רבי נתן זכרונו לברכה, וועל איך אייך שרייבן א ווארט פון רבי נתן. דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך ווייס שוין אלע עצות און חיזוקים ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיטן יצר הרע קומט ער צו מיר מיט גאר א נייע וועג וואס איך האב זיך נישט געראכטן"; דאס איז דער וועג פונעם יצר הרע - מאכן חלישות הדעת פאר יעדן איינעם אויף זיין וועג.
גרייטס אן נעגל וואסער פאר אלע קינדער יעדע נאכט בשמחה רבה, און זייטס מדקדק אין אלע הלכות און אין מנהגים, דורכדעם וועט איר זוכה זיין אויפצושטעלן א שיינע שטוב.